אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קוועקזילבער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(png -> svg)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022

Hg-TableImage.svg
קוועקזילבער

קוועקזילבער איז דער כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Hg (גריכיש: ύδράργυροςHydrargyros ,פליסיג זילבער) און אטאם נומער 80. עס איז אן איבערגאנג מעטאל.

קוועקזילבער איז דער איינציגער מעטאל וואס איז פליסיג ביי נארמאלע טעמפעראטור און דרוק. קוועקזילבער האט א פרירפונקט ‎ -38.83 °C און א קאכפונקט ‎356.73 °C.

היסטאריע

קוועקזילבער איז שוין געווען באוואוסט אין אוראלטע צייטן צו אינידיער און כינעזער, און מען האט אים געטראפן אין עגיפטישע קברים פון בערך 1500 פאר דער ציווילער רעכענונג. אינעם 5טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט מען געניצט קוועקזילבער צו מאכן געשמעלצן מיט אנדערע מעטאלן. אין אוראלט גריכנלאנד האט מען געניצט קוועקזילבער אין געשמירעכצן און די רוימער האבן אים געניצט אין קאסמעטיק און צו מאכן גרינגער שמערצן פון וואקסענדיקע ציין ביי קינדער. די אלכעמיקער האבן געמיינט אז מען קען פארהארטעוון קוועקזילבער צו ווערן גאלד.

דאס חשיבות פון קוועקזילבער איז געפאלן אין דעם ערשטן יארהונדערט ווען דער גריכישער דאקטער גאלען איז דערגאנגען אז ער איז גיפטיק.

ליידער, אינעם צענטן יארהונדערט האט דער מוסולמענישער דאקטער אל ראזי, דער פארפאסער פונעם ערשטן בוך אין היסטאריע אויף קינדער מעדיצין, האט אנגעהויבן ניצן קוועקזילבער גורם זיין שילשול. ער האט פרובירט מיט א מאלפע וואס האט געגעסן קוועקזילבער און האט נישט געוויזן קיין סימן פון ווערן פארסמט.

מוסטער:וויסן-שטומף