אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קוואנטן-מעכאניק"
ק (אראפגענומען קאטעגאריע:מעכאניק; צוגעלייגט קאטעגאריע:קוואנטן-מעכאניק מיט HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022
קוואַנטן-מעכאַניק, אויך באקאנט ווי קוואנטן-פיזיק אדער קוואנטן-טעאריע, איז א צווייג פון פיזיק וואס שילדערט מאטעמאטיש די כוואליע-טיילכל דואליזם פון מאטריאל און ענערגיע. די טעאריע האט ווערנער הייזנבערג אנטוויקלט אין 1925. קוואנטן-מעכאניק שילדערט די עוואלוציע פון א פיזישער סיסטעם דורך א מאטעמאטישן סטרוקטור וואס הייסט א כוואליע פונקציע. מען ניצט קוואנטן-מעכאניק פאר אטאמען און עלעמענטארע טיילעכלעך. אנדערש פון קלאסישער מעכאניק, אין קוואנטן-מעכאניק זענען ענערגיע, מאמענטום, ווינקל־מאמענטום און אנדערע קוואנטיטעטן פון א סיסטעם זענען באגרענעצט צו דיסקרעטע ווערטן (קוואנטיזאציע).
שוין פאר 1900 איז מען געווארן געוואר אז קלאסישע מעכאניק האט פראבלעמען ביי געוויסע פענאמענען. ביז מען איז געקומען צו קוואנטן-מעכאניק, וואס האט געשאפן א רעוואלוציע אין דעם פארשטאנד פון פיזיק.
קוואנטן־מעכאניק איז גאנץ אנדערש פון קלאסישער מעכאניק אויך אין דעם אז זי זאגט נישט גענוי וואס וועט פאסירן, נאר די מעגלעכקייט פון א פאסירונג.