אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי צבי הירש שפירא"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022
רבי צבי הירש שפירא זצ"ל (י"א תמוז ה'תר"י - ב' סוכות ה'תרע"ד), רב אין מונקאטש
אפשטאם
רבי צבי הירש איז געבוירן אין סטריזשעוו אין יאר י"א תמוז ה'תר"י צו זיין פאטער הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה, א זון פון הרב אלעזר שפירא רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין דינאוו, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חיה פרימא רבקה א טאכטער פון הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך א זון פון הרב משה יהודה לייב ערבליך, רב אין סאסוב באקאנט אלס רבי משה לייב סאסאווער .
רבנות
רבי צבי הירש איז געווען א תלמיד מובהק פון דעם צאנזער רב, און פון זיין זון דער שינאווער רב.
אין יאר ה'תרע"ד נאך די פטירה פון זיין פאטער איז רבי צבי הירש געווארן רב אין מונקאטש
הסתלקות
זומער אין יאר ה'תרע"ג איז רבי צבי הירש קראנק געווארן, און ער איז נפטר געווארן ב' סוכות ה'תרע"ד.
פאמיליע
אין עלטער פון זעקס יאר איז רבי צבי הירש געווארן פארלויבט מיט מרת אסתר א טאכטער פון הרב חנינא הורוויץ רב אין אוליאנאוו, און זיי האבן געהייראט אדר ה'תרכ"ה. זייער איינציגער זון:
- הרב חיים אלעזר שפירא דער מונקאטשער רב
זיינע ספרים
- דרכי תשובה
- תפארת בנים
- באר לחי ראי
- דרכי אמונה
- שו"ת צבי תפארת
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר