אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראטעסטאנטישע רעפארמאציע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Removing Link GA template (handled by wikidata))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022

די פראטעסטאַנטישע רעפֿארמאַציע איז געווען א באוועגונג פון מארטין לוטער, זשאן קאלווין און אנדערע פראטעסטאנטן. די ערשטע "רעפארמירער" האבן "פראטעסטירט" קעגן די דאקטרינען, ריטואלן און קלויסטער־סטרוקטור פון דער קאטוילישער קירכע, וואס האט געשאפן די פראטעסטאנישע קירכעס. דאס איז געשטיצט געווארן ווען אסאך קריסטן האבן פארלוירן זייער געטרוי אין דער קירכע. די קאטאליקן האבן אנגערופן מיט א קעגן־רעפארמאציע, געפירט דורך די יעזואיטן, וואס האט צוריקגעשטעלט די קאטוילישע קירכע אין עטלעכע טיילן פון אייראפע, למשל פוילן. דער גרעסטער טייל פון צפון אייראפע, אחוץ אירלאנד איז געווארן פראטעסטאנטיש, און דרום אייראפע איז געבליבן קאטויליש. אבער אין צענטראלער אייראפע האבן אנגעהויבן מלחמות צווישן די פראטעסטאנטן און די קאטאליקן. די גרעסטע פראטעסטאנטישע קירכעס זענען געווען די אנגליקאנער (באזירט אן ענגלאנד), די לוטעראנען (באזירט אין דייטשלאנד און סקאנדינאוויע), און די רעפארמירטע קירכעס (באזירט אין דייטשלאנד, שווייץ, די נידערלאנדן און שאטלאנד). מען נעמט אן אז פראטעסטאנטישע רעפארמאציע האט אנגעהויבן אין 1517 ווען לוטער האט פארעפנטליכט זיינע 95 טעזן ביז 1648 ביים אפמאך פון וועסטפאליע וואס האט געענדיקט די אייראפעישע רעליגיעזע מלחמות.[1]

רעפערענצן

  1. Euan Cameron, The European Reformation (1991)