אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיצא"
ק (רעדאַקטירונגען פֿון 213.226.141.158 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022
פיצאַ איז אן איטאליענישער געבאקענער מאכל, געמאכט פון א דין קיילעכדיג פלאך ברויט באדעקט מיט א שיכט פון טאמאטע סאס און הארטע קעז.
פיצא איז געברענגט געווארן קיין אמעריקע דורך די איטאליענער וועלכע פלעגט ווערן געמאכט אויף א קאמפליצירטן אופן, אין אמעריקע האט מען געטוישט דעם רעצעפט און איז געווארן א שטארק פארשפרייטער און באקאנטער מאכל אין אמעריקע אלס א פעס"ט פו"ד און דערנאך איבער דער וועלט.
פיצא ווערט געווענטליך געמאכט מיט טייג און דערויף לייגט מען "פיצא סאוס" וואס ווערט געמאכט פון טאמאטעס מיט קעז. עס זענען אויף פארהאט אסאך סארט אויסלייגן פון פיצא ווי למשל מיט אדער אן קעז, מיט גרינצייג, שוואמען און געוויסע פירות אזוי ווי איילבירטן. ביי די גוים איז אויך דא וואס לייגן פלייש אויף פיצא וואס דאס מאכט די פיצה טריפה אלס בשר בחלב.
פיצא טייג איז א גייענדער ארטיקל פאר פיצא געשעפטן, מענטשן וואס ווילן מאכן זייערע אייגענע רעצעפטן קענען קויפן גרייטע פיצא טייג אין רוב לאקאלע פיצא געשעפטן, היינט קען מען שוין אויך קויפן פארפרוירענע גרייטע פיצא טייג אין געוויסע גראסעריס.