אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאנטשקע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (נאמען)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:33, 22 נאוועמבער 2022

טעקע:Sufganiyah.jpeg
דאנאט אנגעפילט מיט לעקוואר
א בעקעריי אין תל אביב פארקויפט פאנטשקעס

א פּאָנטשקע אדער פאַנקע (אין ירושלים רופט מען עס לאטקעס) (ענגליש: doughnut, העברעאיש: סופגנייה) איז א טייגל געפרעגלט אין בוימל וואס מען פילט אן מיט א זיסן איינגעמאכטס ווי: ווענילע קאסטערד אדער לעקוואר.

מען קען ארויפשמירן דערויף א ביסעלע שאקאלאד אדער שפריצן ארויף אביסעלע פולווער-צוקער.

מנהג צו עסן חנוכה

עס איז א טראדיציאנאלער מאכל וואס מ'עסט ביי אשכנזישער יודן אום חנוכה, מיט לאטקעס און אנדערע עסנווארג וואס זענען געפרעגלט אין אויל אלס זכר צו דעם וואס דער נס חנוכה איז געשען מיט שמן.

דער מנהג ווערט שוין דערמאנט אין פריערדיגע פוסקים. פון די ערשטע מקורות איז רבי מיימון הדיין דער טאטע פונעם רמב"ם וועלכער שרייבט אז עס איז שוין א פריערדיגער מנהג און מ'זאל נישט משנה זיין.[מקור פארלאנגט]

אמעריקאנישער דאנאט

דער הויפט אונטערשיד צווישן א טראדיציאנאלער פאנטשקע און א אמעריקאנישער דאנאט איז בעיקר אז אינעם לעצטן מאכט מען א לאך אינדערמיט.

וועב לינקען