אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאמיליע (ביאלאגיע)"
({{ביאלאגיע-שטומף}}) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:33, 22 נאוועמבער 2022
פֿאַמיליע (לאטיין: familia) איז איינע פון די גרונטלעכע גרופעס פון דער טאקסאנאמיע אין ביאלאגישער קלאסיפיקאציע. טיילמאל ניצט מען אויך די צווייטראנגיקע גרופעס: אייבער-פאמיליע און אונטער-פאמיליע.
אין ביאלאגישער טאקסאנאמיע איז פאמיליע די דריטע נידעריגסטע קלאסיפיקאציע. א פאמיליע שליסט איין עטלעכעט מינים, און יעדער מין ווערט צעטיילט אויף זגאלן. עטלעכע פאמיליעס געהערן צו איין סדר.
דער וויסנשאפטלעכער נאמען פון א פאמיליע ווערט געשאפן דורך זאאלאגן און באטאניקער. אין זאאלאגיע שאפט מען דעם פאמיליע נאמען פון דעם נאמען פון א כאראקטעריסטישן מין, מיט דעם סופיקס -idae; אין באטאניק שאפט מען דעם פאמיליע נאמען פון דעם נאמען פון א כאראקטעריסטישן מין, מיט דעם סופיקס -aceae.
למשל, אין זאאלאגיע, די פאמיליע נאמען Canidae (הינט) איז געשאפן פון דעם אנהייב -Can פונעם מין Canis (הונט) און דעם סופיקס idae- .
אין באטאניק, די פאמיליע נאמען Liliaceae (ליליעס) איז געשאפן פון דעם אנהייב -Lili פונעם מין Lilium (ליליענבלום) און דעם סופיקס aceae-.
מוסטער:ביאלאגיע-שטומף