אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאלטאווע"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:33, 22 נאוועמבער 2022
|
פאלטאַווע (אוקראיניש און רוסיש: Полта́ва; פּויליש: Połtawa) איז א שטאָט אין צענטראל־אוקראינע, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פון דער פאלטאווער גובערניע און פונעם פאלטאווער ראיאן. עס געפינט זיך אויפן ווארסקלע טייך און אויף דער כארקאוו - קיעוו באן ליניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 296,760 אין 2013.
די שטאט האט א יידישע געמיינדע.
היסטאריע
די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 1174. נאך דער לובלינער פאראייניקונג איז פאלטאווע אריבער אין פוילן, ביז 1667 ווען גאנץ אוקראינע מזרח פונעם דניעפער איז אריבער צו רוסלאנד.
נאכן טיילן פון פוילן זענען געקומען צו דער שטאט א שטראם פון יידן, וואס זענען געווארן א חשובער טייל פון דער שטאט.
אין 1900 האבן געוואוינט אין פאלטאווע 10,954 יידן.[1]
טראנספארט
פאלטאווע האט צוויי הויפט באן סטאנציעס, מיט באן פארבינדונגען קיין קיעוו, כארקעוו און קרעמענטשוג.
צווילינג שטעט
פאלטאווע האט די צווילינג שטעט:
- קאשאלין, פוילן (1958)
- וועליקא טארנאווא, בולגאריע (1963)
- פילדערשטאט, דייטשלאנד
- אסטפילדערן, דייטשלאנד
- לובלין, פוילן
- ניס, פראַנקרייך
- באראנאוויטש, בעלאַרוס
- Irondequoit, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן
- כימקי, רוסלאַנד
רעפערענצן
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|