אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:על שארפטאן"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022
על שארפטאן איז א אפריקאנער-אמעריקאנער גלח אין ניו יארק סיטי וואס פארטוט זיך מיט וויסטע ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע רעדעס.
פון זיינע ווערטער קעגן אידן
- 1991 ביי די קרוין הייטס ראיאטן, ווען דער חסידישער בחור פון אויסטראליע יענקל ראזנבוים איז דערמארדעט געווארן דורך די שווארצע כוליגאנען בשעת זיי שרייען טויט צו די אידן, נאכדעם וואס אן עקסידענט פון א חסידיש דרייווער האט אומגעברענגט א קליין שווארץ אינגל, האט שארפטאן געגאסן אויל אויפן פייער, מארשירנדיג מיט צעיושטן המון, אנמאכנדיג א פאגראם, דורך שרייען, קעגן די דייאמאנדן סוחרים (שפאט ווארט פאר אידן) וואס זייערע הענט איז פארשמירט מיט בלוט פון שווארצע בעיביס.
- אין 1995 אין הארלעם ווען א לענדלארד האט געהאט א געפעכט מיט א טענעט האט ער ארגאניזירט פראטעסטן קעגן די ווייסע גנבים וואס אינוואדירן דעם געגענט, בשעת ווען די מוחים שרייען פארברענט די איד געשעפט וואס האט דערנאך טאקע אויפגעגאנגען אין פלאמען. אין די טעגליכע מארטשן וואס ער האט זיך באטייליגט האבן זיי אפט געשריגן, סטאפט די בלוט זויגענדיגע אידן און טויט צו די אידישע ממזרים.
ער איז שוין געלאפן פיל מאל פאר פאליטישע אמטן אין ניו יארק סיטי, ווי מעיאר, פרעזידענט, אבער האט נאך קיינמאל נישט געוואונען.