אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:על דזשאלסאן"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(באט: אראפגענומען די טעקע Portrait_sitting.jpg, זי איז געווארן אויסגעמעקט פון וויקי־קאמאנס דורך JuTa צוליב: No source since 13 July 2015.) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022
על דזשאָלסאָן (ענגליש: Al Jolson) - געבױרן אַלס אַסאַ יואלסאָן דעם 26סטן מײַ 1886 אינעם שטעטל סרעדניק, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצטער: סערעדזשוס 'Seredžius' אין דער ליטװישער רעפּובליק); נפֿטר געװאָרן דעם 23סטן אָקטאָבער 1950 אין סאַן פֿראַנציסקאָ, פֿאַראײניקטע שטאַטן.
ער איז געװען אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער זינגער, קאָמיקער, טעאַטער און קינאָ-אַקטיאָר פֿון רוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן שעפֿערישע קאַריערע האָט געדױערט פֿון 1911 ביז 1950. מע פֿלעגט אים אָנרופֿן "דער ערשטער ביודעים ייִדישער מענטש, װאָס איז געװאָרן אַ פֿאַרװײַלונג-שטערן אין אַמעריקע" און "דער גרעסטער פֿאַרװײַלער אין דער װעלט". אין 1927 האָט ער געשפּילט אין דעם ערשטן פֿולמעטראַזשיקן קלאַנגען-פֿילם "דער דזשעז-זינגער".