אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאלאניקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏צווילינג שטעט: לפי סדר א=ב)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:29, 22 נאוועמבער 2022

סאַלאניקי
Θεσσαλονίκη
[[טעקע:{{{2}}}|border|115px]]
[[טעקע:{{{2}}}|250px]]
מדינה / טעריטאָריע Flag of Greece.svg גריכנלאנד
שטח 17.80 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

{{{2}}}‏
http://www.thessalonikicity.gr

סאַלאָניקי ( גריכיש: Θεσσαλονίκη טהעסאַלאניקי ; טערקיש: Selanik סעלאַניק) איז די צווייט גרעסטע שטאָט אין גריכנלאנד און אייינע פון זיינע וויכטיקסטע פּאָרט שטעט. ער איז פלאצירט אין דעם צענטראַל מאַקעדאָניע פראווינץ און וועט אומאפֿיציעל גערופֿן די "הויפּטשטאָט פון מאַקעדאָניע". די שטאט האט 322,240 באוואוינער (אין 2011), און איז אַן אינדוסטריעלער און קאמערציעלער צענטער. זיין עקאנאמיע איז באזירט בעיקר אויף דעם פּאָרט, נאפט פאבריקן, שטאָל, טעקסטיל און לאַנדווירטשאַפטלעכע אינדוסטריעס.

די געביידעס פון דער אנהייב קריסטלעכער תקופה און דער ביזאַנטישער תקופה זענען אנערקענט דורך אונעסקא ווי וועלט ירושה ערטער. דער אייראפעאישער פֿאַרבאַנד האט אויסדערוויילט סאַלאָניקי צו זיין דער "אייראפעאישער קולטור־הויפטשטאָט" פֿאַר 1997.

ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה האט סאלאניקי געהאט א שיינע און גרויסע יידישע קהילה.

געשיכטע

דער ווייסער טורעם, סימבאָל פון דער שטאָט

סאַלאָניקי איז געגרינדעט געווארן אין יאר 316 פאר דער ציווילער רעכענונג דורך קסאנדראס מלך פון מאַקעדאָניע,, וואס האט געמאכט אים די הויפּטשטאָט פון דער רעגירונג. טהעססאַלאָניקי איז געהייסן נאָך סאַלאָניקי ווערט גערופן אויפן נאמען פון טעסאלאניקא, די פרוי פון קסאַנדראָס, און שוועסטער פון אלעקסאנדער דער גרויסער. טעסאַלאָניקאַ האט באקומען איר נאָמען פון איר פאָטער, פיליפאס דער צווייטער, וואָס האָט זיך אומגעקערט פון אַ זיג איבער טהעסאַליע, דערפאר האָט ער זי גערופֿן מיט אַ נאָמען צוזאמענגעשטעלט פון דעם וואָרט טהעססליע און דעם וואָרט "ניקא" (זיג). סאַלאָניקי איז באַלד געווארן דער וויכטיקסטער פּאָרט אין מאַקעדאָניע.

דאס ערשטע מאל וואס ס׳איז דערמאנט אַ יידישע קהילה אין סאלאָניקי איז אין דעם זעקסטן יאָרצענדלינג פון דער ערשטער יאָרהונדערט, ווען דער צווייטער בית המקדש איז נאך געשטאנען.

יידן אין סאלאניקי

א מאָנומענט אין סאלאָניקי אין אָנדענק צו די 50,000 יידן פון דער שטאָט וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין דער חורבן אייראפע.

צווילינג שטעט