אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ניקאלא טעסלא"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:28, 22 נאוועמבער 2022
פעלדער | פיזיק |
---|---|
הויפט ביישטייערן | |
וועקסלשטראם |
ניקאלאַ טעסלאַ (10טן יולי, 1856 - 7טן יאנואר, 1943; סערביש: Никола Тесла) איז געווען א סערבישער ערפינדער, פיזיקער, מעכאנישער אינזשעניר, און עלעקטרישער אינזשעניר. ער איז געבוירן געווארן אין סמיליאן, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט אין דער רעפובליק פון קראאטיע. שפעטער איז ער געווארן אן אמעריקאנער בירגער.
טעסלא האט דערפינדן א פריערע פארעם פון ראדיא. זיינע הויפט ערפינדונגען זענען געווען אין די פעלדער פון מאגנעטיזם און עלעקטריע. ער איז בעסט באוואוסט פאר זיינע ביישטייערונגען וואס האבן געצויגן צו דער אנטוויקלונג פון בייטשטראם.[1] בייטשטראם האט א מעלה איבער גלייכשטראם, אז מען פארלירט נישט אזוי פיל ענערגיע ווען ער ווערט טראנסמיטירט איבער לאנגע אפשטאנדן.
טעסלא איז געשטארבן אין דעם ניי יארקער האטעל דעם 7טן יאנואר, 1943.
דעם 10טן יולי 2006, זיין 150סטער געבורטסטאג, האט מען גערופן דעם אינטערנאציאנאלן פליפארט אין בעלגראד אויף זיין נאמען.
לעבנסגעשיכטע
טעסלא איז געבוירן געווארן דעם 10טן יולי, 1896, אין סמיליאן, עסטרייך אונגארישע אימפעריע.[2] זיין פאטער איז געווען א גלח אין דער סערבישער ארטאדאקסישער קירכע.
זיין ערשטע שטעלע האט ער באקומען אין 1881 ארבעטן אלס א טעלעגראף אפערירער אין בודאפעשט. ער האט ערפינדן א הילכער פאר טעלעפאנען.
ער האט געפלאנעוועט די טעלעפאן סיסטעם אין רומעניע.
אין 1884 האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער האט אנגעהויבן ארבעטן ביי טאמעס עדיסאן.
רעפערענצן
- ↑ Laplante, Phillip A. (1999). Comprehensive Dictionary of Electrical Engineering 1999. Springer. p. 635.
- ↑ "Happy birthday, Nikola Tesla: thanks for the electricity", The Guardian (לאנדאן), GMG. דערגרייכט דעם 21סטן פעברואר 2011.
- NikolaTesla.fr - מער ווי 1,000 דאקומענטן וועגן טעסלא