אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נאט"א"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:28, 22 נאוועמבער 2022
צפון אטלאנטישע פאקט ארגאניזאציע (ענגליש North Atlantic Treaty Organization). איז אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע, געגרינדעט פאר זיכערהייט צוועקן, דורך די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, און עטליכע לענדער אין מערב אייראפע. אין יאר 1949.
דער ציל איז דער פיפטער פונקט פונעם פאקט. אויב איינע אדער מערערע לענדער אינעם פאקט, ווערט אטאקירט דורך אן אנדער לאנד, אין אייראפע אדער צפון אמעריקע, ווערט עס פארעכנט ווי אן אטאקע קעגן אלע לענדער. אלע לענדער האבן א רעכט זיך צו פארטיידיקן אלס זעלבסטשוץ. ווי עס ווערט דערקלערט אין פונקט 51 פון די פאראייניקטע פעלקער אפמאך. אלע לענדער וועלן קומען זיין בייהילפיג, צום אטאקירטן לאנד אדער לענדער. און וועלן זעלבסטשטענדיקערהייט, און פאראייניקטערהייט מיט די אנדערע לענדער, ווען עס וועט זיין נויטיק, קומען צו הילף אריינגערעכנט באוואפנטע קרעפטן. ביז די זיכערהייט וועט אומגעקערט ווערן, צום באטראפענעם לאנד אדער לענדער, וואס זענען מיטגלידער אינעם פאקט.
מיטגלידערשאפט
די איצטיגע מיטגלידערשאַפט באַשטייט פון 30 לענדער. אין צוגאב צו די 12 גרינדער לענדער, האבן פיר נייע מיטגלידער זיך איינגעשריבן ביים קאלטער קריג: גריכלאנד און טערקיי (1952), מערב דייטשלאנד (1955), און שפאניע (1982). אין 1990 איז גאנץ דייטשלאנד, געווארן א מיטגליד נאכן פאראייניגונג פון מזרח דייטשלאנד.
נאַטאָ האָט זיך ווייטער אויסגעברייטערט נאָך דער קאלטער קריג, צולייגנדיג אונגארן, פוילן, און טשעכיי (1999), בולגאריע, לעטלאנד, ליטע, סלאוואקיי, סלאוועניע, עסטלאנד, רומעניע (2004), אלבאניע און קראאטיע (2009), מאָנטענעגראָ (2017) און צפון מאקעדאניע (2020).
רעאקציע
די סאוועטן פארבאנד האט רעאגירט, מיט אויפשטעלן די ווארשע פאקט. אין וועלכע די לענדער אין מזרח אייראפע האבן זיך אנגעשלאסן. די ווארשע פאקט איז צעפאלן אין 1990, און עטליכע פון די לענדער האבן זיך אנגעשלאסן אין נאט"א.
די ערשטע מאל וואס נאט"א קרעפטן זענען גענוצט געווארן איז געווען ביי די יאגאסלאוויע, קריג אין 1998. די ערשטע מאל וואס נאט"א קרעפטן האבן זיך אנעפאנגען באטייליקן אין א פולע קריג איז נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס, אויף אמעריקע, און אירע טרופן זענען אריין אין אפגאניסטאן, און אין איראק.