אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מקור ברוך"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022
מקור ברוך איז א געגנט אין צענטראל ירושלים מדינת ישראל. זיינע גרענעצן זענען שרי ישראל גאס אין מערב, דוד יעלין גאס אין דרום, יוסף בן מתתיהו גאס צו מזרח און מלכי ישראל גאס אין צפון. אריבער יוסף בן מתתיהו גאס איז דער זכרון משה (גאולה) געגנט. די הויפט גאס אין געגנט איז רש"י גאס, א לאנגע גאס פון מזרח צו מערב, וואס מען האט אויפגעשטעלט אין די סוף תר"ף יארן. עס איז ווי דער פסוק זאגט משלי (משלי ה חי); יְהִֽי־מְקוֹרְךָ֥ בָר֑וּךְ וּ֝שְׂמַ֗ח מֵאֵ֥שֶׁת נְעוּרֶֽךָ׃
כרם
ארום דון יוסף הנשיא גאס פלעג זיין א קליינער געגנט וואס האט געהייסן "כרם" (וויינגארטן). צווישן די איינוואוינער פון כרם זענען געווען רבי אלעזר מנחם מן שך, רבי שמחה בונם אלטער (שפעטער געווארן גערער רבי), רבי אפרים גרינבלאט און רבי זונדל קרויזער.
טראנספארט
אגד אויטאבוסן 1, 10, 11, 15, 49א פארן אדורך מלכי ישראל גאס.