אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מנחם בעגין"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:26, 22 נאוועמבער 2022
פארטיי | ליכוד | ||||
---|---|---|---|---|---|
| |||||
ווייב | עליזה ארנאלד (בעגין) | ||||
| |||||
|
מנחם בעגין (בריסק, 16טן אויגוסט 1913 י"ג אב ה'תרע"ג - ירושלים, 9טן מערץ 1992 ד' אדר ב' ה'תשנ"ב) איז געווען אן ישראלדיקער פאליטיקער, געגרינדער פון דער ליכוד און דער זעקסטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל.
יונגע יארן
בעגין איז געבוירן אין בריסק אין 1913, צו א פאמיליע וואס איז געווען ציוניסטיש, אבער טראדיציאנעל, זיין פאטער איז שטארק אקטיוו געווען אין דער קהילה. נאכן ערשטן וועלט קריג האבן זיי זיך געצויגן קיין ווארשע. בעגין איז געווען אין השומר הצעיר אין זיין יוגנט, אבער ווען ער האט זיך באקענט מיט זאב זשאבאטינסקי, איז ער געווארן א מיטגליד פון בית"ר, וואס האט געגלייבט אין מיליטערישן כח צו קענען אויפשטעלן א יידישע מדינה. שפעטער איז ער געווארן דער הויפט אנפירער פון א געביט אין פוילן פון בית"ר, און דער קאמענדאנט פון אצ"ל.
ער האט חתונה געהאט אין 1939 אין ווארשע, פוילן, וואו ער האט געלערנט געזעץ און זיך באקענט מיט זיין צוקונפטיקער פרוי.
פאליטיק
ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן קיין רוסלאנד, ווי די ען קא ווע דע האט אים ארעסטירט פאר פאליטישע אנפירערשאפט וואס איז קעגן קאמוניזם, ער איז געווען אין סיביר ביז 1942, וואס דאן האט רוסלאנד אויפגעשטעלט די פוילישע ארמיי, ער האט זיך אנגעשלאסן אין די ארמיי, מען האט געשיקט זיין דיוויזיע, קיין מיטל מזרח קעגן סיריע, וואס איז געווען אונטער ווישי פראנקרייך, דארט האט ער דעזערטירט און אריבער דעם גרעניץ קיין פאלעסטינע אי . זיין פאמיליע איז אומגעקומען אין דער מלחמה, איין שוועסטער איז אים געבליבן. ער האט איבערגענומען דאס פירערשאפט פון דוד רזיאל וואס איז געווען דער קאמאנדיר פון אצ"ל, און ער איז געהרג'ט געווארן אינמיטן זיין אויף א מיסיע אין איראק קעגן די נאצישע אויפשטאנד, בשליחות פון דער בריטישע ארמיי, אין 1944 האט בעגין אפגעמאכט אז מען גייט אנפאנגען די רעוואלוציע, דאס איז געווען נאך אן איבעררייס פון פינעף יאר, ווען די פירער פון די אצ"ל, האבן באשלאסן נישט דורכפירן קיין טעראר, ווילאנג די קריג האלט אן. זיי האבן דורכגעפירט באמבאדירונגען, ווי די באמבע אין קינג דעוויד האטעל, אין ירושלים, וואס האט אומגעברענגט 91 מענטשן, די מערסטע פון זיי בריטישע, אטאקירט בריטישע צילן און מיליטערישע באזעס, עס איז וויכטיג צו באצייכענען, אז די אצ"ל האט פרובירט אויסצומיידן, אויף דאס העכסטע פרייז אומצוברענגען ציווילע.
ווען די מדינה איז אויפגעשטאנען איז פארגעקומען א פאסירונג וואס איז ביז היינט א ווייטאגליכע טעמע אין די ישראל געזעלשאפט, אלטאלענא, בעגין האט געזאגט צענדליקע מאל, אז ער האט געהאט א פארשטענדעניש מיט ישראל גלילי, דער זיכערהייטס סעקרעטאר פון בן גוריון, בן גוריון האט אבער געלייקענט אז ער זאל האבן מסכים געווען אויף אן אפמאך מיטן אצ"ל. שפעטער ווען עס איז געווען וואלן, האט בעגין פארלוירן נאכאנאנד, און פארבליבן אין דער אפאזיציע, ביז דער זעקסטאגיקער מלחמה ווען דער פרעמיער מיניסטער, לוי אשכול, האט געמאכט א פאראייניגטע רעגירונג פון אלע פארטייען.
פרעמיער מיניסטער
אין יאר 1977, איז בעגין ערוויילט געווארן צום ערשטן מאל אלס פרעמיער מיניסטער, און דאס איז געווען בערך נאכן זיין אין אפאזיציע פאר אכט און צוואנציג יאר. ער האט באלד געטוישט, און רעפארמירט מדינת ישראל פון א סאציאליסטישן, צו א מער קאפיטאליסטיש לאנד. די טויש האט געברענגט צו אן אינפלאציע, וואס איז געווען דאס ערגסטע וואס דאס לאנד האט נאר אמאל געזען, דערפאר האט ער געטוישט די וואלוטע פון לירע צו שקל. ער האט אונטער געשריבן די שלום אפמאך מיט עגיפטן און איר פרעזידענט אנוואר סאדאט, און אפגעגעבן דעם סיני האלבאינזל פאר עגיפטן.
אום 1978 איז ער באלוינט געווארן מיטן נאבעל־פריז פאר שלום.
אין 1981 האט ער באפוילן באמבארדירן דעם יאדערישן רעאקטער אין איראק, וואס די וועלט האט פארדאמט, אבער שפעטער געלויבט. ער האט געווינען די וואלן דאס צווייטע מאל. 1982 האט ער מסכים געווען צו די דרוק פון אריק שרון, וואס איז געווען זיכערהייטס מיניסטער, און די ארמיי האט אטאקירט לבנון, דאס איז געווען ביי די לבנון ברודער קריג, די קריג האט געהייסן, די "פרידן פארן גליל", וואס איז געווען די לענגסטע, און פראבלעמאטישע קריג וואס ישראל האט נאר אמאל געהאט, אינמיטן דעם קריג האט ער אויפגעגעבן צו די דרוק פונעם ישראל באפעלקערונג און אין צוגאב צו דעם איז זיין ווייב געווען קראנק און געשטארבן, און צו די וועלט דרוק, און ער האט רעזיגנירט.
ביז צו זיין טויט, איז ער געווען שטיל און מען האט אים נישט געזען אויף די גאסן, ווען ער איז געשטארבן האט מען אים באגראבן אויפן הר הזיתים ווי זיין צוואה, נישט מיט די גרינדער און פירער פון מדינת ישראל.
משפחה
ער מיט זיין ווייב עליזה (אליציה ארנאלד) האבן געהאט דריי קינדער, בנימין, חסיה און לאה.
מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל מוסטער:פארטיידיגונג מיניסטארן אין ישראל