אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאורעות תרצ"ו–תרצ"ט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 17 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q46057 (translate me))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022

מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט (אויף העברעיש אויך המרד הערבי הגדול) איז דער נאמען פון א רעוואלט וואס האט פאסירט צווישן די יארן ה'תרצ"ו - ה'תרצ"ט (1936 - 1939) אין ארץ ישראל ווען דערבריטישער מאנדאט האט געהערשט דארט, ביי די רעוואלט האבן די אראבער ארגאניזירט א קייט פון טעראר אקציעס קעגן די יידן אין ארץ-ישראל. זיי האבן געשאסן יידן אומעטום און פארברענט פיל פון זייערע פעלדער. אויך האבן זיי אטאקטירט בריטישע סאלדאטן. אין דער רעוואלט זיינען געשטארבן איבער 80 יידן, 369 פארווונדעט געווארן און ארום 17,000 לאנדווירטשאפט דונאם איז פארברענט געווארן.

די סיבות פון דער רעוואלט

דאס ציל פון דער רעוואלט

די רעאקציע פון די יידן צור רעוואלט

אין דער יידישער יישוב איז געווען פארשידענע דעות ווי אזוי זאל מען רעקאצירן. די ציוניסטישע פירערשאפט האבן געהאלטן זאל מען איינהאלטן פון רעקאצירן מיט געווער לויט די מדיניות ההבלגה געדאנק. סיי צוליב א מאראלע סיבה נישט צו סתם מארדן אומבאשולדיגע אראבער, און סיי צוליב א פאליטישע סיבה כדי זאלן די בריטן זיך אננעמען פאר די אומבאשולדיגע יידן.

אבער פון צווייטן זייט האבן אזעלכע גע'טענות אז מען דארף יא רעאקצירן מיט געווער קעגן די אראבער, כדי צו נישט ווייזן שוואכקייט וואס וועט לאזן די אראבער זיך שטערקערן אויף די יידן.

בשעת דער רעוואלט האבן די יידן אויפגעשטעלט עטליכע לעגאלע און אומלעגאלע ארגאניזאציעס צו זיך שלאגן און פארטיידיקן די יידן פון די רעוואלט, ווייל די ארגאניזאציע "ההגנה" איז געוועזן צו קליין צו זיך שלאגן קעגן דער רעוואלט.

די לעגאלע ארגאניזאציעס זיינען געווען: "הנוטרות" וואס איז געווען א יידישע צעמישט מיט א בריטישע פאליציי, און "ספעציעלע נאכט רינגען" וואס האבן געוועזן טעטיק ביינאכט צו אטאקטירן די אראבער וואס האבן זיך אויסגעפלאצט אין די יידישע ישובים אין מיטן דער נאכט.

די אומלעגאלע עקסטרימערע אגאניזאציעס וואס האבן פארארבייט אָן קיין באשטעטיקונג פון די בריטן איז געווען "הנודדת" וואס האבן ארויס אטאקטירן די אראבער איידער די אראבער זיינען געקומען, און "פלוגות השדה" באוועגלעכע גרופעס וואס האבן זיך געוואנדעט צו די ערטער וואס זיינען געווען אטאקטירט.

פיל קאמיסיע

Postscript-viewer-blue.svg פיל קאמיסיע

איינע פון די קאמיסיעס צו אויסלייזן די רעוואלט איז געווען די פיל קאמיסיע, אבער די קאמיסיע איז דורכגעפאלן.