אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לעבנס פראגן"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
|
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022
לעבּנס־פֿראַגן (1951 - 2014) איז אַ ייִדישער קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער זשורנאַל װאָס דערשיינט רעגולער יעדע צװײ חדשים. דער זשורנאַל װערט אַרויסגעגעבן דורך דעם "אַרבעטער-רינג" אין ישראל שוין דאָס 56-סטע יאָר. ער דערשײַנט װי אַ פֿילזײַטיקער קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער מאַגאַזין און ברענגט אַרויס די אַקטועלע פּראָבלעמען, װאָס באַשעפֿטיקן דעם קולטורעלן און באַװוּסטזיניקן ייִדישן לייענער אין לאַנד און אין דער ייִדישער װעלט.
דער זשורנאַל איז געגרינדעט געװאָרן אין מײַ 1951 דורך אַ גרופּע בונדיסטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין לאַנד פֿון פֿריִער און אַזעלכע, װאָס זענען געקומען אַהער מיטן עליה-שטראָם פֿון אייראָפּע נאָכן חורבּן. דער גרינדער און ערשטער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל איז געװען יששכר (אָסקאַר) אײַכענבוים-אַרטוסקי(1971 - 1908), און דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער רעדאַקטאָר איז געװען בּן-ציון ("בענצל")צאַלעװיטש (1883 - 1967), װעלכער איז געקומען קיין ארץ ישראל אין יאָר 1922. דער היינטיקער רעדאקטאר פון דער צייטונג איז הער יצחק לודען.
לעבּנס־פֿראַגן האָט זיך געשלאָסן אין מײַ 2014.
דרויסנדיקע פארבינדונגען
אידיש-שפּראַכיגע צייטונגען | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
אלע יידיש-שפראך וועבזייטלעך