אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי לייב שרה'ס"
(וויקיזירט) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022
רבי אריה לייב בן שרה (י"ז תמוז הת"ץ, 1730 – ד' אדר ב' ה'תקנ"א, 1791)), באוואוסט אלס ר' לייב שרה'ס, איז געווען א באוואוסטע חסידישער וואונדער צדיק, אין רוסלאנד וואס האט עוסק געווען אין פדיון שבוים. ער איז געווען א תלמיד פון די ערשטע גרינדער פון חסידות, פונעם בעל שם טוב און פונעם מעזריטשער מגיד.
ער איז געבוירן מיט זעלטענע כשרונות, צו זיין פאטער ר' יוסף, א זקן וואס האט חתונה געהאט מיט א מסירות נפש'דיג יונג מיידל, ווייל זי האט נישט געוואלט פארכאפט ווערן צום ארטיגן פריצ'נס א זון.
עס איז פארהאן א ספר "גבורות ארי", וואס ענטהאלט גאר וואונדערליכע ערציילונגען, פון רבי ר' לייב שרה'ס זצוק"ל.
ס'דא וואס מישן אויס זיין אידענטיטעט, מיטן דער שפאלער זיידע, ווייל ביידע זענען געווען באקאנט אלץ גיבורי רוח, מיט וואונדערליכע דערציילונגען איבער זייערע העראישע אקטן פאר יודנ'ס וועגן. - אבער עס איז קלאר, אז זיי זענען געווען צוויי באזונדערע צדיקים, ווען דער שפאלער זיידע, האט געהייסן יודא לייב, און ליגט אין שטאט שפאלי, און ר' לייב שרה'ס האט געהייסן אריה לייב, און ליגט אין שטאט יאלטיטשקאוו.