אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לאסלא סאבא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:22, 22 נאוועמבער 2022

 

לאַסלאָ סאַבאָ (אונגאַריש: László Szabó; ‏ 19טן מערץ 1917 - 8טן אויגוסט 1998) איז געווען אַן אונגערישער שאכשפיל גרויסמײַסטער.

סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אונגערן, דעם 19טן מאַרץ, 1917. אין 1935, צו 18 יאָר, האָט ער געווּונען די אונגערישע שאָך מײַסטערשאַפֿט, אַן אינטערנאַציאָנאַלער טורניר אין טאַטאַ (Tatatóváros), און ער איז אויסגעקליבן געוואָרן צו רעפּרעזענטירן זײַן לאַנד אין דער וואַרשעווער אָלימפּיאַדע פֿון 1935. צוקוקערס צו דער אָלימפּיאַדע האָבן באַווּונדערט דעם יונגנמאַנס סטיל פֿון אַטאַקירן, אַ סטיל וואָס איז געווען פּונקט דער היפּוך פֿון דעם פּאָזיציאָנעלן צוגאַנג פֿון די אַנדערע אונגערישע שפּילערס. אַ פּנים האָט זיך סאַבאָ געלערנט מיט געזאַ מאַראָצי, אַ פּאַטריאַרכאַלישע פֿיגור אין אונגערן, אײנער פֿון די אונגערישע שאָך־אָבֿות וואָס האָט פֿריער אױך טרענירט די וועלט־מײַסטערס מאַקס אָװע (Max Euwe) און וועראַ מענטשיק (Vera Menchik).

ביז דער צווײטער וועלט־מלחמה האָט סאַבאָ געהאַט נאָך עטלעכע גרױסע הצלחות, בתוכם דער ניצחון אין הײסטינגס אין 1938-39. ער האָט אױך אָנגעהויבן צו אַרבעטן אין אַ באַנק. נאָך דעם אױסברוך פֿון דער מלחמה איז סאַבאָ אַװעקגעשיקט געוואָרן אױף צװאַנגאַרבעט, און שפּעטער איז ער געװאָרן אַ קריגס־געפֿאַנגענער בײַ די רוסן.

נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געװען צו שפּילן שאָך און אָנטײל גענומען אין אַ סך בכּבֿודיקע אינטערנאַציאָנאַלע טורנירן. ער האָט דערגרײכט דעם פֿינפֿטן פּלאַץ אינעם טורניר פֿון גראָנינגען (1946), אַ גאָר שטארקער טורניר װוּ עס האָבן געשפּילט די בעסטע שפּילערס אין דער װעלט אַזױ װי באָטוויניק, אָװע, סמיסלאָװ, נײַדאָרף, באָלעסלאַװסקי און קאָטאָװ. אין דעם טורניר פֿון סאַלציאָבאַדען (Saltsjöbaden Interzonal) אין 1948 איז ער געווען דער צווייטער נאָך בראָנשטיינען, און אינעם זעלבן יאָר האָט ער געװוּנען דעם ערשטן פּלאַץ אין הייסטינגס.

סאַבאָ איז געווען דער בעסטער שאָך־שפילער אין אונגערן במשך פֿון 20 יאָר (ביז פּאָרטיש האָט איבערגענומען דעם ערשטן פלאַץ). דעם הױכפּונקט פֿון זײַן קאַריערע האָט ער דערגרײכט װען ער איז געווען צװישן די 12 בעסטע שפּילערס אין דער וועלט.

סאַבאָס משפּחה האָט געשאָנקען זײַן שאָך־ביבליאָטעק און אַרכיװ דער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון קליװלענד (Cleveland Public Library) װאָס אַנטהאַלט די גרעסטע שאָך־זאַמלונג אין דער וועלט, 32,568 בענדער.