אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כרמלית"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (רעדאַקטירונגען פֿון 49.37.146.237 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022

 

א כרמלית, אין הלכה, איז איינע פון די פיר רשותן פון שבת. א כרמלית איז אן ארט וואס איז נישט ארומגענומען מיט מחיצות, און איז נישט קיין וועג וואס א רבים גייען אדורך. די אנדערע רשותן פון שבת—רשות היחיד, רשות הרבים און מקום פטור—זענען פון דער תורה, אבער כרמלית איז א רשות דרבנן (וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט). מן התורה, איז א כרמלית א מקום פטור, אבער די רבנן האבן גע'אסרט טראגן צווישן א כרמלית און א רשות היחיד, ווי אויך צווישן א כרמלית און א רשות הרבים, און אויך אז מ'טאר נישט טראגן עפעס א זאך פיר איילן דארט. היינטיקע צייטן זענען מערסטע אפענע שטחים האבן א דין פון א כרמלית (אחוץ ווען זיי זענען אריינגערעכנט אין אן עירוב).

דאס ווארט כרמלית איז פשט כ-'ארמלית', אזוי ווי אן אלמנה, וואס איז נישט געהייראט און אויך נישט קיין מיידל פאר דער חתונה, אזוי אויך איז א כרמלית נישט קיין רשות הרבים און אויך נישט קיין רשות היחיד.[1]

רעפערענצן

מוסטער:הלכה מוסטער:יידישקייט-שטומף