אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כאלערע"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022
כאלערע אדער כאלעריע איז אן אינפעקטיווע קראנקייט פון דער קליינער קישקע אנגעטון דורך דער Vibrio cholerae באקטעריע. די סימפטאמען זענען א שטענדיקע וואסעריקע שילשול און ברעכן. מען כאפט די קראנקייט פון וואסער אדער עסן וואס איז געווארן קאנטאמינירט דורך דער צואה פון אן אינפעקטירטן מענטש, אפילו איינער וואס האט נישט קיין סימפטאמען.
פון די שטארקע שילשול און ברעכן קען מען ווערן דעהידרירט, און אין טייל פאלן שטארבט מען דערפון.
די רפואה איז צו געבן פאר דעם קראנקן צו טרינקען אסאך וואסער מיט זאלץ. ווען דער חולה קען נישט טרינקען דארף מען געבן וואסער דורך טראנספוזיע.
כאלערע קען זיך צושפרייטן אין א באפעלקערונג ביז זי ווערט אן עפידעמיע.
פארמיידן כאלערע
כדי נישט צו כאפן כאלערע איז כדאי:
- צו קאכן וואסער פארן טרינקען;
- האלטן גוט ריינקייט, וואשן די הענט נאכן בית הכסא און פארן עסן;
- נישט עסן רויע פיש.
- נישט באוואסערן גרינסן אין אפגאנג וואסער.