אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב האגער (סערעט-וויזשניץ)"
קאין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022
געבורט | חיפה |
---|
רבי יעקב האגער (געבוירן י' תשרי ה'תשט"ז, 26סטן סעפטעמבער 1955) איז דער דריטער און היינטיגער רבי פון סערעט-וויזשניץ. ער איז א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
לעבנס געשיכטע
רבי יעקב איז געבוירן געווארן יום כיפור ה'תשט"ז צו זיין פאטער רבי אליעזר האגער, דער פריערדיגער רבי פון סערעט-וויזשניץ, און צו זיין מוטער מרת חיה צירל, טאכטער פון רבי שלום עוזר ברוין פון קרית אתא. אלס קינד און אלס א בחור פלעגט ער לערנען אין סערעטער מוסדות און דארט ער איז נתחנך געווארן ביז צו זיין חתונה. ער האט געהייראט מרת חווה, די טאכטער פון רבי דוד מתתיהו ראבינאוויטש פון ביאלע. אין יאר תשס"א, לויטן באפעל פון זיין טאטע דער רבי, איז ער נתמנה געווארן צו דינען אלס וועלטליכער רב פון סערעטער חסידים און פון דער געגנט רמת וויזשניץ אין שטאט חיפה. אלס רב ער איז שטענדיג געווען די רעכטע האנט פון זיין פאטער, און ער פלעגט איהם העלפן זייער א סאך מיט אלע געברויכן פון דעם חסידות און די מוסדות. יעדעס יאר, איידער ער איז געווארן א רבי, פלעגט ער פארן קיין אמעריקע און קיין אייראפע כדי צו שאפן געלט פאר די מוסדות. נאך דער פטירה פון זיין טאטע אין חודש תמוז ה'תשע"ה, האט מען איהם באקרוינט רבי. אין יאר תשע"ו ער איז נתמנה געווארן אלס א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
משפחה
רבי יעקב און זיין רעבעצין מרת חווה האבן צוזאמען פינף קינדער – דריי זין און צוויי טעכטער. זיינע קינדער זענען ווי פאלגנד:
- מרת טויבא אסתר, די ווייב פון הרב יואל איתמר, זון פון רבי שמואל דוד קרויז, אודווארי רב פון ברוקלין. דינט אלס ראש כולל אין סערעטער שיכון אין חיפה.
- רבי ברוך, האט געהייראט מרת שרה רבקה, טאכטער פון רבי מנחם מענדיל האגער, איינער פון די צוויי וויזשניצער רביס פון בני ברק.
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב מנחם מענדל דוד, זון פון רבי שרגא פייוויש האגער, דער קאסאווער רבי פון בארא פארק. ער איז א מגיד שיעור אין דער סערעטער ישיבה אין חיפה.
- הרב יחיאל יהושע (חיליק), האט געהייראט מרת נחמה חיה, טאכטער פון רבי חיים שאול טאוב דער מאדזשיצער רבי.
- הרב שלום עוזר, האט געהייראט מרת דבורה יוטא לאה, טאכטער פון רבי חיים מיכאל ביבערפעלד, דער טשארטקאווער רבי פון לאנדאן. דינט אלס ראש כולל אין לאנדאן און וואוינט לעבן זיין שווער.
פריערדיגער: ערשטער |
אדמורי״ם פון סערעט–וויזשניץ תשע״ה – |
נאָכפאלגער: היינטיגער |