אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי רפאל יום-טוב ליפמאן היילפרין"

שורה 11: שורה 11:

===רבנות קאַריערע===
===רבנות קאַריערע===
'''קרעווא''': ביי די 20 יאָר (תקצ״ו) האָט ער אָנגענומען זיין ערשטע רבנות שטעלע אין קרעווא (Krėva), אַ קליינע קהילה נאָענט צו וואָלאָזשין אָדער ווילנע, פאַר אַ קנאַפּן לוין פון 2 רובל אַ וואָך. ווען ער איז דאָרט קראַנק געוואָרן אויף טיפוס, זענען געקומען אים באַזוכן צוויי פון די גרעסטע גדולי הדור, [[רבי איצעלע וואלאזשינער|רבי איצעלע וואָלאָזשינער]] און רבי ליעבעלע קאָוונער{{הערה|שם=ביאל166}}.
'''קרעווא''': ביי די 20 יאָר (תקצ״ו) האָט ער אָנגענומען זיין ערשטע רבנות שטעלע אין קרעווא (Krėva), אַ קליינע קהילה נאָענט צו [[וואלאזשין|וואָלאָזשין]] אָדער [[ווילנע]], פאַר אַ קנאַפּן לוין פון 2 רובל אַ וואָך. ווען ער איז דאָרט קראַנק געוואָרן אויף טיפוס, זענען געקומען אים באַזוכן צוויי פון די גרעסטע גדולי הדור, [[רבי איצעלע וואלאזשינער|רבי איצעלע וואָלאָזשינער]] און רבי ליעבעלע קאָוונער{{הערה|שם=ביאל166}}.

'''קיידאַן''': אין יאָר תר״א איז ער אויפגענומען געוואָרן אלס רב אין קיידאַן. דאָרט האָט ער שאַרף געקעמפט קעגן די "כאַפּערס", וואָס האָבן געכאַפּט קליינע קינדער פון אָרעמע עלטערן פאַר דער רוסישער אַרמיי. אַ באַקאַנטער פאַל איז געווען אויף ראש השנה, ווען ער האָט געדראָט מיט חרם הגדול פון דער בימה, אויב מען וועט נישט צוריקגעבן די צוויי געכאַפּטע 14־יאָריגע קינדער פאַר אַ האַלבער שעה. דער סטראשע האָט געווירקט, און די קינדער זענען צוריקגעבראַכט געוואָרן, אָבער די רייכע און מיוחסים פון דער קהילה, וועלכע האָבן באַפרייט זייערע קינדער דורך די אָרעמע קינדער, זענען געוואָרן זיינע שונאים און רודפים, וואָס האָט אים געצוואונגען צו פאַרלאָזן קיידאַן{{הערה|{{היברובוקס|בערל כהן|יידישע שטעט, שטעטלעך און דארפישע ישובים אין ליטע ביז 1918|46565|page=485|מקום הוצאה=ניו יארק|שנת הוצאה=תשנ"א|עמ=476–477}}}}.

שורה 17: שורה 17:
'''טשעכאַנאָווצע''': דערנאָך איז ער אָנגעקומען פאַר אַ רב אין טשעכאַנאָווצע, פּוילן (אין יאָר תר״ז), וואו די גזירה פון כאַפּעניש איז נישט געווען. דאָרט האָט ער אויך געוויזן זיין שטאַרקייט און געפירט זיין רבנות מיט אַן אויבערהאַנט, שטייענדיג אויף דער זייט פון די אָרעמע, און געקעמפט קעגן די גבאים און ראשי הקהל, דערפאַר האָט ער זוכה געווען צו גרויס אַכטונג פון די אידישע המון אין טשעכאַנאָווצע, וואָס האָבן אים געזען נישט נאָר ווי אַ רב, נאָר ווי אַ שוץ־געבער און פאָטער פון יתומים און אַלמנות.

'''מעזריטש''': אין יאָר תר״ט איז ער געוואָרן רב אין מעזריטש, פּוילן{{הערה|יהדות ליטא ג, 44}}. דאָרט האָט ער געטראָפן אַ גרויסע מחלוקת צווישן מתנגדים און חסידים. זייענדיג אַ גרויסער מתנגד, האָט ער זיך געשטעלט אויף דער זייט פון די מתנגדים. די מחלוקת האָט זיך נאָך מער צעפלאַקערט, אַריינציענדיג די רעגירונג און מיט געוואַלדטאַטן. זיינע פּרואוון צו מאַכן שלום מיט [[רבי מנחם מענדל מארגנשטערן|רבי מענדל קאָצקער]], דער רבי פון די מעזריטשער חסידים, זענען געווען אומזיסט{{הערה|שם=ביאל167|פּנקס ביאַליסטאָק, 167}}.
'''מעזריטש''': אין יאָר תר״ט איז ער געוואָרן רב אין מעזריטש, פּוילן{{הערה|יהדות ליטא ג, 44}}. דאָרט האָט ער געטראָפן אַ גרויסע מחלוקת צווישן [[מתנגדים]] און [[חסידות|חסידים]]. זייענדיג אַ גרויסער מתנגד, האָט ער זיך געשטעלט אויף דער זייט פון די מתנגדים. די מחלוקת האָט זיך נאָך מער צעפלאַקערט, אַריינציענדיג די רעגירונג און מיט געוואַלדטאַטן. זיינע פּרואוון צו מאַכן שלום מיט [[רבי מנחם מענדל מארגנשטערן|רבי מענדל קאָצקער]], דער רבי פון די מעזריטשער חסידים, זענען געווען אומזיסט{{הערה|שם=ביאל167|פּנקס ביאַליסטאָק, 167}}.

ער האָט באַשלאָסן צו מחרים זיין אַלע וואָס האָבן אַ האַנט אין דער מחלוקת. דעם דאָנערשטיג ווען דער חרם איז אויסגערופן געוואָרן, האָט די גאַנצע קהילה פון מתנגדים געפאַסט, די שול איז געווען איינגעהילט אין שוואַרצן, און שוואַרצע ליכט האָבן געברענט. נאָכן בלאָזן שופר, איז דער גרויסער חרם אויסגערופן געוואָרן. דרייסיג טעג נאָכן חרם איז רבי מענדל קאָצקער פּלוצלונג נפטר געוואָרן, וואָס די מתנגדים האָבן געגלייבט איז געווען מחמת דעם חרם{{הערה|פּנקס ביאַליסטאָק, 167–168}}. מעזריטש איז געווען די איינציגע שטאָט וואו מען האָט מחרים געווען דעם קאָצקער רבין, און דאָס איז געווען דער לעצטער חרם אויף חסידים{{הערה|1=די יידן-שטאט מעזריטש : פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה (עדלבוים, מאיר): 178}}. דער קאָצקער הויף האָט זיך דערשראָקן און געשיקט פאָרשטייערס צו שליסן שלום{{הערה|שם=ביאל167}}. דער ערשטער גערער רבי, [[רבי יצחק מאיר אלטער|ר׳ איטשע־מאיר אַלטער]] ("חידושי הרי״ם"), און דער וואַרשעווער רב [[רבי דוב בער מייזלס|ר׳ בעריש מייזל]], האָבן זיך אַריינגעמישט צו מאַכן שלום, און האָבן באַשולדיגט ר׳ ליפּעלען אין פאַרשטאַרקן די מחלוקת. צוליב דער מחלוקת האָט ר׳ ליפּעלע געמוזט פאַרלאָזן מעזריטש{{הערה|1=די יידן-שטאט מעזריטש : פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה (עדלבוים, מאיר): 178–180}}.
ער האָט באַשלאָסן צו מחרים זיין אַלע וואָס האָבן אַ האַנט אין דער מחלוקת. דעם דאָנערשטיג ווען דער חרם איז אויסגערופן געוואָרן, האָט די גאַנצע קהילה פון מתנגדים געפאַסט, די שול איז געווען איינגעהילט אין שוואַרצן, און שוואַרצע ליכט האָבן געברענט. נאָכן בלאָזן שופר, איז דער גרויסער חרם אויסגערופן געוואָרן. דרייסיג טעג נאָכן חרם איז רבי מענדל קאָצקער פּלוצלונג נפטר געוואָרן, וואָס די מתנגדים האָבן געגלייבט איז געווען מחמת דעם חרם{{הערה|פּנקס ביאַליסטאָק, 167–168}}. מעזריטש איז געווען די איינציגע שטאָט וואו מען האָט מחרים געווען דעם קאָצקער רבין, און דאָס איז געווען דער לעצטער חרם אויף חסידים{{הערה|1=די יידן-שטאט מעזריטש : פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה (עדלבוים, מאיר): 178}}. דער קאָצקער הויף האָט זיך דערשראָקן און געשיקט פאָרשטייערס צו שליסן שלום{{הערה|שם=ביאל167}}. דער ערשטער גערער רבי, [[רבי יצחק מאיר אלטער|רבי איטשע־מאיר אַלטער]] ("חידושי הרי״ם"), און דער וואַרשעווער רב [[רבי דוב בער מייזלס|רבי בעריש מייזלס]], האָבן זיך אַריינגעמישט צו מאַכן שלום, און האָבן באַשולדיגט ר׳ ליפּעלען אין פאַרשטאַרקן די מחלוקת. צוליב דער מחלוקת האָט ר׳ ליפּעלע געמוזט פאַרלאָזן מעזריטש{{הערה|1=די יידן-שטאט מעזריטש : פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה (עדלבוים, מאיר): 178–180}}.

'''ביאַליסטאָק''': אין יאָר תרי״ט איז ער אויפגענומען געוואָרן מיט גרויס כבוד אין ביאַליסטאָק, וועלכע איז געווען אָן אַ רב 9 יאָר. ער האָט געדינט דאָרט 20 יאָר ביז זיין פּטירה. ביאַליסטאָק איז דעמאָלט געווען אַ רייכע פאַבריק־שטאָט מיט אַן אַנטוויקלטן האַנדל. קיין זאַך איז נישט געטון געוואָרן אין דער קהילה אָן אים, און אַלע האָבן זיך געבויגן פאַר זיין אויטאָריטעט. מען האָט אים אָפּגעשאַצט פאַר זיין שאַרפן קאָפּ צו אַנאַליזירן פאַרוויקלטע ענינים און פאַר זיין גרויסער מאָראַלישער קראַפט. דאָרט האָט מען אים גערופן: ר׳ ליפּעלע{{הערה|שם=ביאל168|פּנקס ביאַליסטאָק, 168}}.

שורה 25: שורה 25:
אין ביאַליסטאָק האָט ער געפונען מער מעגליכקייט אויפצוקלייבן די נויטיגע 300 רובל צו באַפרייען אָרעמע יונגע־לייט פון סאָלדאַטן־דינסט לויט דעם דעמאָלטיגן נייעם רוסישן געזעץ. ער האָט געקעמפט קעגן די "סבאָרשטשיקעס" (כאַפּערס), וואָס האָבן געלויערט אויף אָרעמע יונגע־לייט צו דערפילן די צאָל סאָלדאַטן פון די רייכע קינדער{{הערה|שם=ביאל168}}.

אין יאָר תרל״ה האָבן די סבאָרשטשיקעס אים געמסרט פאַר דער מלוכה, אַז ער איז אַ פאַררעטער וואָס באַאיינפלוסט די אידישע יוגנט זיך אָפּצומיידן פון סאָלדאַטן־דינסט. אַן אויספאָרשונגס־קאָמיסיע, בראש פון דעם גראָדנער גובערנאַטאָר, איז אַראָפּגעקומען קיין ביאַליסטאָק. אַלע זיינע כתבים זענען פאַרחתמעט געוואָרן, און ער האָט געזאָלט איינגעזעצט ווערן אין גראָדנער תּפיסה. דורך גרויס השתדלות (הויפּטזעכליך פון דאָדיע זאַבלודאָווסקי) האָט ער באַקומען הויז־אַרעסט אין גראָדנע, און נאָך אַ האַלב יאָר איז ער אין גאַנצן באַפרייט געוואָרן דורך השתדלות אין פּעטערבורג{{הערה|פּנקס ביאַליסטאָק, 168–169, 238}}.
אין יאָר תרל״ה האָבן די סבאָרשטשיקעס אים געמסרט פאַר דער מלוכה, אַז ער איז אַ פאַררעטער וואָס באַאיינפלוסט די אידישע יוגנט זיך אָפּצומיידן פון סאָלדאַטן־דינסט. אַן אויספאָרשונגס־קאָמיסיע, בראש פון דעם גראָדנער גובערנאַטאָר, איז אַראָפּגעקומען קיין ביאַליסטאָק. אַלע זיינע כתבים זענען פאַרחתמעט געוואָרן, און ער האָט געזאָלט איינגעזעצט ווערן אין גראָדנער תּפיסה. דורך גרויס השתדלות (הויפּטזעכליך פון דאָדיע זאַבלודאָווסקי) האָט ער באַקומען הויז־אַרעסט אין גראָדנע, און נאָך אַ האַלב יאָר איז ער אין גאַנצן באַפרייט געוואָרן דורך השתדלות אין [[פעטערבורג|פּעטערבורג]]{{הערה|פּנקס ביאַליסטאָק, 168–169, 238}}.

אין זיין צייט האָט ער איינגעשטעלט אַ גרויסע כּשרע קיך אויפן וואָקזאַל צו געבן עסן פאַר די אידישע סאָלדאַטן וואָס זענען דורכגעפאָרן אויפן וועג קיין בריסק, בעתן רוסיש־טערקישן קריג. ער איז געווען אַ גרויסער קעגנער פון השכּלה. ווען די ערשטע בעלי־בתישע אידישע קינדער האָבן אָנגעהויבן צו לערנען אין דער רעגירונג־רעאַל־שולע, האָט ער קעגן דעם געדרשנט אין שול, וויינענדיג, אַז ער זעט דערין אַן אָנהייב פון אַסימילאַציע און שמד{{הערה|שם=ביאל169|פּנקס ביאַליסטאָק, 169}}. זיינע הארציגע ווערטער האָבן געווירקט און די לערנערס האָבן צוריקגעצויגן זייערע אַפּליקאַציעס{{הערה|שם=דעה}}. פון דער אַנדערער זייט, איז ער געווען דער ערשטער רב אין ביאַליסטאָק, וואָס האָט מסדר קידושין געווען אין בית־מדרש אויף דער בימה. אָבער קעגן דער גרינדונג פון דער כאָר־שול איז ער שטאַרק אַרויסגעטראָטן{{הערה|שם=ביאל169}}. ווען ער האָט געפרעגט לייבל גרונטשעס (לעאָן זאַבלודאָווסקי), איינער פון די גרינדער פון דער כאָר־שול, צו וואָס מען דאַרף אַזאַ שול, האָט יענער געענטפערט, אַז אַזוי ווי מיט עסן — אַזוי איז מיט דאַוונען: פאַר אינטעליגענטן וואָס האָבן פאַרלוירן דעם אַפּעטיט צום דאַוונען "אין רויען צושטאַנד", מוז מען "צופּראַווען" דאָס דאַוונען עס זאָל זיין אָנגענעמער{{הערה|פּנקס ביאַליסטאָק, 229}}.
אין זיין צייט האָט ער איינגעשטעלט אַ גרויסע כּשרע קיך אויפן וואָקזאַל צו געבן עסן פאַר די אידישע סאָלדאַטן וואָס זענען דורכגעפאָרן אויפן וועג קיין [[בריסק]], בעת דעם רוסיש־טערקישן קריג. ער איז געווען אַ גרויסער קעגנער פון [[השכלה|השכּלה]]. ווען די ערשטע בעלי־בתישע אידישע קינדער האָבן אָנגעהויבן צו לערנען אין דער רעגירונג־רעאַל־שולע, האָט ער קעגן דעם געדרשנט אין שול, וויינענדיג, אַז ער זעט דערין אַן אָנהייב פון אַסימילאַציע און שמד{{הערה|שם=ביאל169|פּנקס ביאַליסטאָק, 169}}. זיינע הארציגע ווערטער האָבן געווירקט און די לערנערס האָבן צוריקגעצויגן זייערע אַפּליקאַציעס{{הערה|שם=דעה}}. פון דער אַנדערער זייט, איז ער געווען דער ערשטער רב אין ביאַליסטאָק וואָס האָט מסדר קידושין געווען אין בית־מדרש אויף דער בימה. אָבער קעגן דער גרינדונג פון דער כאָר־שול איז ער שטאַרק אַרויסגעטראָטן{{הערה|שם=ביאל169}}. ווען ער האָט געפרעגט לייבל גרונטשעס (לעאָן זאַבלודאָווסקי), איינער פון די גרינדער פון דער כאָר־שול, צו וואָס מען דאַרף אַזאַ שול, האָט יענער געענטפערט, אַז אַזוי ווי מיט עסן — אַזוי איז מיט דאַוונען: פאַר אינטעליגענטן וואָס האָבן פאַרלוירן דעם אַפּעטיט צום דאַוונען "אין רויען צושטאַנד", מוז מען "צופּראַווען" דאָס דאַוונען עס זאָל זיין אָנגענעמער{{הערה|פּנקס ביאַליסטאָק, 229}}.

ער האָט נישט מסכים געווען צו אַ נייער תּקנה פון אַ "קאָמיטעט" צו צענטראַליזירן צדקה, טענהנדיג אַז צדקה ביי אידן האָט צוויי צוועקן: פאַרן מקבל, ער זאָל נישט הונגערן, און פאַרן נותן, צו אַנטוויקלען אין אים די מדה פון רחמנות, וואָס קען נאָר דערגרייכט ווערן דורך דירעקטע הילף, נישט דורך אַ קאָמיטעט. דער ערשטער "קאָמיטעט" האָט עקזיסטירט נאָר פיר יאָר, מעגליך צוליב זיין התנגדות{{הערה|פּנקס ביאַליסטאָק, 322–323}}.