אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ים פון אזאוו"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022
דער ים פון אזאוו (רוסיש: Азо́вское мо́ре - אַזאווסקאיע מארע; אוקראיניש: Азо́вське мо́ре - אַזאווס'קע מארע) איז דער וועלט'ס פלאטשיקסטער ים, באהאפֿטן דורכן קערטשער דורכגאס צום שווארצן ים צו דרום. זיינע גרענעצן זענען אוקראינע צו צפון, רוסלאנד צו מזרח און דער קרימער האלבאינזל צו מערב. דער דן טייך פליסט אין ים אריין.
רוב פֿארשערס האלטן אז דער נאמען שטאמט פון דער שטאט אַזאוו אדער אַזאַק, וואס איז טייטש 'נידעריג' אויף טערקיש.
געאלאגיע
דער ים איז לאנג 340 ק"מ און ברייט 135 ק"מ מיט א שטח פון 37555 קוואדראט ק"מ. די עיקר טייכן וואס פֿליסן אין ים אריין זענען דער דאן און דער קובאַן; זיי גאראנטירן אז דאס וואסער אין ים ווערט נישט שטארק פארזאלצן, און אין א טייל ערטער זענען כמעט פריש וואסער.