אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי בצלאל הורוויץ"

(וויקיפּעדיע אנטיק)
 
שורה 1: שורה 1:
'''רבי בצלאל הורוויץ זצ"ל''' ([[ה'תרכ"ה]] - [[ה'תר"ס]]), רב אין [[פילזנא]].
#ווייטערפירן [[רוי:רבי נפתלי חיים הורוויץ#פאמיליע]]
 
==אפשטאם==
 
'''רבי בצלאל''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרכ"ה]], צו זיין פאטער הרב '''[[רבי נפתלי חיים הורוויץ]]''', ''דער וואנדער רבי'', א זון פון הרב [[רבי מאיר הורוויץ]] רב אין [[דזשיקאוו]], ''דער אמרי נועם'', א זון פון הרב [[רבי אליעזר הורוויץ]], רב אין [[דזשיקאוו]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון הרב [[רבי נפתלי צבי הורוויץ]] ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער מרת '''יוכבד רבקה''' די טאכטער פון הרב '''[[רבי משה אונגאר]]''' פון צאנז, אן איידעם פון הרב [[רבי חיים האלבערשטאם]], ''דער דברי חיים''.
 
==רבנות==
 
אין יאר [[ה'תרנה]] ווען זיין שוואגער רבי אלטער ישעיה דער דעמביצער רב איז נפטר געווארן, נישט איבערלאזונדיג קיין קינדער, האט '''רבי בצלאל''' געפירט א קאמפף אויף דעם רבנות פון [[דעמביץ]] מיט זיין שוואגער רבי שמואל, אומגעפעהר דריי יאר האט געצויגען דאס פייער ביז דער שינאווער רב האט ארויס גיגיבען א [[פסק]] אז דאס רבנות געהערט צו זיין שוואגער רבי שמואל, אבער זיין שוואגער דארף אויסצאהלן פאר '''רבי בצלאל''' דריי טויזנט גילדען אז '''רבי בצלאל''' זאל קענען ווערען רב אין [[פילזנא]].
 
==הסתלקות==
 
'''רבי בצלאל''' איז נפטר געווארן יונג אין יאר [[ה'תר"ס]] <small>(אומגעפער)</small>.
 
==פאמיליע==
 
'''רבי בצלאל''' האט געהייראט א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב '''[[רבי ראובן הורוויץ (דעמביץ)|ראובן הורוויץ]]''' רב אין [[דעמביץ]]. זייערע קינדער:
 
* מרת '''חיה''' <ref>''י"ג אורות מערכת שינאווא''</ref> די ווייב פון הרב '''ברוך אברהם בלויגרונד''', א זון פון הרב [[ישכר בלויגרונד]], רב אין [[קאלוואריע]].
 
==רעפערענצן==
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר
 
{{רעפערענצן}}
 
[[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]]