אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יוסף שלמה כהנעמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022

רבי יוסף שלמה כהנעמאן
רבי יוסף שלמה כהנעמאן, רעדנדיק ביי דער ווידמונג פון דער פאנאוועזשער ישיבה אין זכרון מאיר, בני ברק, תשי"ג

הרב יוסף שלמה כַהַנעמאן (ג׳ סיון ה'תרמ"ח - כ' אלול ה'תשכ"ט) איז געווען רב אין פאנעוועזש, ליטע, וואו ער האט אויפגעשטעלט די פאנאוועזשער ישיבה. ביים חורבן אייראפע האט ער געגרינדעט די ישיבה נאכאמאל אין בני ברק אין ארץ ישראל. ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

ביאגראפיע

הרב כהנעמאן איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יהודה לייב אין תרמ"ח אינעם קליינעם שטעטל קולי, ליטא, וואס האט געהאט א יידישע געמיינדע פון 100 מענטשן.[1] ער האט געלערנט אין דער טעלזשער ישיבה ביי רבי אליעזר גארדאן און רבי שמעון שקאפ. שפעטער האט ער געלערנט א יאר אין נאווהארדאק, וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי יחיאל מיכל עפשטיין, דער "ערוך השולחן". אין תרס"ח איז ער אנגעקומען אין ראדין וואו ער האט געלערנט דריי יאר מיט רבי אלחנן וואסערמאן אין דעם "קדשים כולל" פון דער ראדינער ישיבה ביים חפץ חיים. שוין יונגערהייט האט מען דערקענט ביי אים א כח פון פירערשאפט און ארגאניזאציע..

אין תרע"א איז ער געווארן אן איידעם ביים ווידזשער רב, הרב אריה לייב רובין. ווען מ'האט דאס זעלבע יאר גערופן זיין שווער ווערן רב אין ווילקאמיר, האט מען אויפגענומען ר' יוסף שלמה אלס רבי אין ווידזש. אין תרע"ו איז ער געווארן ראש ישיבה אין גראדנע. אין תרע"ט, נאך דער פטירה פון רב איצעלע פאנעוועזשער, האט די פאנאוועזשער קהילה באשטימט רב יוסף שלמה דעם נעקסטן רב. ער האט געגרינדעט די ישיבה "אהל יצחק" אין פאנאוועזש אויפן נאמען פון זיין פארגייער.

אין די יארן 1923-1925 איז ער געווען א מיטגליד אינעם ליטווישן פארלאמענט.

דער חזון איש האט געזאגט אויף אים "יאשע קולער איז געווען דער בעסטער בחור אין ליטע".

ער איז געבליבן פאנאוועזשער ביז דער סאוועטן פארבאנד האט אנעקסירט ליטע אין ת"ש. ווען די דייטשן האבן אינוואדירט ליטע, איז דער רב געווען אין דער פרעמד, אזוי איז ער געראטעוועט געווארן, מיט איין זון אברהם, אבער זיין ווייב אין אלע אנדערע קינדער זענען אומגעקומען.

אין ארץ ישראל

אין ת"ש איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים.

אין תש"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן אין בני ברק א ישיבה אויפן נאמען פון דער פאנאוועזשער קהילה וואס די דייטשן האבן פארניכטעט, און אויך האט ער אויפגעשטעלט די גראדנער ישיבה אין אשדוד.

ביים בויען די פאנאוועזשער ישיבה, האט איין טאג גערעגט שטארק און די ארבעטער האבן אים געבעטן אז ער זאל זיי באצאלן אזוי ווי יעדן טאג און זיי וועלן אהיים גייען. האט דער רב געזאגט אז ער איז מסכים צו באצאלן אבער אזוי ווי זיי זענען זיינע ארבעטער, זאלן זיי גייען אין בית מדרש וואו די בחורים לערנען פלייסיג, און די ארבעטער זאלן לערנען גמרא אנשטאט בויען די ישיבה. זיי האבן אים געפאלגן מיט פריילעכע הערצער, מיינענדיק אז זיצן ביי דער גמרא איז אסאך גרינגער ווי ארבעטן שווער ביים בויען. אבער נאך א קורצער צייט זענען זיי געקומען צום רב מיט א טענה אז עס איז צו שווער צו קאנצענטרירן לערנען. האט דער רב געענטפערט זיי מיט א שמייכל, "איך האב געוואלט אייך ווייזן מיט דער געלעגנהייט אז מ'זאל נישט מיינען אז לערנען א גאנצן טאג איז א גרינג און אינטערעסאנט לעבן, נישט אזוי ווי ארבעטן שווער ביים בויען, נאר פארקערט, טראגן און בויען איז איבערהויפט נישט אזוי שווער ווי קאנצענטרירן לערנען גמרא, און איר וועט שאצן די ישיבה'לייט וואס פארמאטערן זיך מיט גרויסער מי". אזוי האט דער רב גוט אויסגענוצט יעדע געלעגנהייט.[2]

בני ברק

הרב כהנעמאן גאס אין בני ברק

נאך זיין פטירה האט די בני ברק שטאטראט געענדערט דעם נאמען פון השומר גאס, איינע פון די הויפטגאסן אין דער שטאט, צו הרב כהנעמאן גאס (רחוב הרב כהנמן).

רעפערענצן

וועבלינק