אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי שבתי משורר באס"

קריטיק
(לינקס)
(קריטיק)
שורה 1: שורה 1:
רבי '''שבתי משורר בַּס''' איז געווען א מוכר ספרים, דרוקער און מוציא לאור, אין די ת' יארן. ער איז בארימט מיט זיין פירוש '''שפתי חכמים''' אויף [[רוי:רש"י|רש"י]] על התורה, און מיט זיין ביבליאגראפישער ווערק '''שפתי ישנים'''.

===ביאגראפיע===
== ביאגראפיע ==
ר' שבתי איז געבוירן אין יאר ת"א אין שטאט [[רוי:קאליש|קאליש]] אין פוילן, צו זיין טאטן רבי יוסף. ר' יוסף האט געהאט נאך א זון, א בארימטער גאון און מקובל, רבי '''יעקב שטרימר'''.
ר' שבתי איז געבוירן אין יאר ת"א אין שטאט [[רוי:קאליש|קאליש]] אין פוילן, צו זיין טאטן רבי יוסף. ר' יוסף האט געהאט נאך א זון, א בארימטער גאון און מקובל, רבי '''יעקב שטרימר'''.

שורה 20: שורה 20:
פינף יאר האט ער זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם<ref>רפאל 193 הע' 1, בשם בית שמואל דיהרנפורט תמ"ט</ref>.
פינף יאר האט ער זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם<ref>רפאל 193 הע' 1, בשם בית שמואל דיהרנפורט תמ"ט</ref>.

===שפתי חכמים===
== שפתי חכמים ==
אין יאר ת"מ איז אין אמסטערדאם געדרוקט געווארן א חומש, אין דרוק פון רבי אורי פייוויש הלוי. דער חומש און תרגום איז מוגה געווארן דורך ר' [[שלמה די אוליוירה]], פון די ספרדישע רבנים אין אמסטערדאם, א מומחה אין דקדוק. ר' שבתי האט מגיה געווען די רש"י און צוגעלייגט מראה מקומות און בעיקר - צוזאמגעשטעלט דעם פירוש אויף רש"י '''שפתי חכמים'''.

שורה 26: שורה 26:

רבי שבתי האט איבערגעשריבן דעם מנחת יהודה, איבערגעארבעט דעם לשון און ארויסגענומען די שקלא וטריא, און צוגעלייגט הסבר, געווענליך אין קלאמערן. ער האט אויך צוגעלייגט אויסצוגן פון '''קיצור מזרחי''' (ריווא די טרינטו), וואס איז ווארשיינליך פון רבי יוסף אוטולינגו. און פון מאל צו מאל פון נאך ספרים, דבק טוב, קניזל, וכו'.

דער שפתי חכמים איז שנעל געווארן פאפולער, און צוביסלעך זיך איינגעגעבן אין אלע חומשים. כהיום איז כמעט נישט פארהאן א חומש וואס פארמאגט נישט שפתי חכמים אדער עיקר שפתי חכמים.
אין יאר תרל"ה איז אין ווילנא געדרוקט געווארן א חומש מיט '''עיקר שפתי חכמים''', אנגעבליך א קיצור פון ש"ח. ווארשיינליך פארפאסט געווארן דורך די מגיהים אין ווילנער דרוק. עס איז געווארן זייער פאפולער ביזן היינטיגן טאג. עס זענען דא שטארקע קריטיק אויף דעם קיצור, בעיקר אויף דעם וואס צומאל לייגט ער צו וואס עס שטייט נישט אין ש"ח, אדער גאר שרייבט פארקערט פון וואס דער ש"ח זאגט.
=== קריטיק ===
עס זענען געווען אסאך קריטיקירער אויפן שפתי חכמים, לגבי געוויסע פשטים וואס זענען נישט ריכטיג אדער קעגן הלכה, און בעיקר אז ער ברענגט נישט ריכטיג די ווערטער פונעם מזרחי און אנדערע מפרשים. אבער רוב פון די טענות וואלטן געדארפט זיין קעגן דעם מנחת יהודה, פון וועם רוב פונעם ספר קומט.
דער מישקאלצער רב אין יגל יעקב<ref>[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=848&hilite=9d211634-7742-4e69-8f8e-425e6ac6ff45&st=%d7%a9%d7%a4%d7%aa%d7%99&pgnum=6 יגל יעקב], סימן מ"ה אות ד, אין היברובוקס</ref> שרייבט שארף קעגן געוויסע פשטים אין ש"ח וואס שטימען נישט מיט הלכה, און ענדיגט צו "מצוה לפרסם בשער בת רבים אשר בשפתי חכמים מצויים דברים בדוים כאלה הרבה... וכן שמעתי עוד בילדותי שנמצאים בדבריו טעותים לרוב".
די מערסטע קריטיק איז דער ש"ח אויסגעשטאנען פונעם פירוש לקט בהיר אויף רש"י, פון ר' ישעיה ווייס. ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו ערקלערן רש"י'ס ווערטער קלאר און גרינטליך לוט די מקורות און לויט די מפרשים, און געהאלטן אז דער ש"ח קומט דאס נישט נאך. אין לקט בהיר פון ערשטן אויפלאגע תש"מ, איז פארהאן אסאך שארפע קריטיק אויפן שפתי חכמים. נאך א טראגעדיע אין זיין משפחה האט ר' ישעיה דאס אנגענומען אלס סימן אז ער האט נישט געדארפט אזוי אראפרייסן דעם שפתי חכמים<ref>זע אין אייוועלט [https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=221322#p221322 דא] און [https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=82458#p82458 דא]</ref>, און ער האט געלאזט צוואה צו צענזורירן די ווערטער פון זיין ספר און ווייכער מאכן די שארפע ווערטער. [[רוי:רבי געציל בערקאוויטש|רבי געציל בערקאוויטש]] איז איבערגעגאנגען און צענזורירט דעם ספר, און אזוי זענען די היינטיגע פארשפרייטע אויפלאגעס.

175

רעדאגירונגען