אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער רעדן:צמא לדעת"
(←דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא: נייע אפטיילונג) |
(←דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא: ענטפער) |
||
שורה 115: | שורה 115: | ||
::::נאר נאכן שרייבן די ווערטער האב איך באמערקט די געוואלדיגע ארבעט וואס מע"כ האט געטוהן ביים ערך, סאיז פלא והפלא! ממש א מחיה צו קוקן! אשריך וכה לחי! ~ [[משתמש:תכלית|תכלית]] • [[שיחת משתמש:תכלית|שיחה]] • ט' תמוז ה'תשפ"ד 13:59 (IDT) 13:59, 15 יולי 2024 (UTC) | ::::נאר נאכן שרייבן די ווערטער האב איך באמערקט די געוואלדיגע ארבעט וואס מע"כ האט געטוהן ביים ערך, סאיז פלא והפלא! ממש א מחיה צו קוקן! אשריך וכה לחי! ~ [[משתמש:תכלית|תכלית]] • [[שיחת משתמש:תכלית|שיחה]] • ט' תמוז ה'תשפ"ד 13:59 (IDT) 13:59, 15 יולי 2024 (UTC) | ||
== [[דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא]] == | ==[[דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא]]== | ||
דו וייסט אפשר מיר העלפן אריבער צו פירען די 'דרעפט' צו המכלול? [[באַניצער:פלאלמוני|פלאלמוני]] ([[באַניצער שמועס:פלאלמוני|שמועס]]) 19:34, 21 יולי 2024 (UTC) | דו וייסט אפשר מיר העלפן אריבער צו פירען די 'דרעפט' צו המכלול? [[באַניצער:פלאלמוני|פלאלמוני]] ([[באַניצער שמועס:פלאלמוני|שמועס]]) 19:34, 21 יולי 2024 (UTC) | ||
:כ'בין נישט זיכער אז כ'האב קלאר פארשטאנען וואס איר פרעגט, אבער קודם כל [[המכלול:אריבערפירן דרעפטס/טשעקליסט|גייט איבער די ליסטע]] (צוגעצייכנט אויבן פון דרעפט בלאט) און פרובירט צו טון וואס איר קענט. אויב דארפט איר הילף אין געוויסע פרטים, קענט איר אנצייכענען וואס אין [[דרעפט שמועס:רבי אהרן שמעון שפירא|שמועס בלאט]] פונעם דרעפט, און מ'וועט אייך געוויס ארויסהעלפן בעז"ה. | |||
:אגב, דער ערך איז באלד דאפלט אזוי גרויס אויף ויקיפדיה. מ'דארף בודק זיין אויב איז דארט פארהאן עפעס ווערדפול. | |||
:בהצלחה! — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • ט"ז תמוז ה'תשפ"ד 08:14, 22 יולי 2024 (UTC) |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:14, 22 יולי 2024
מעדיעוויקי
אויב איך מעג פרעגן. וואס איז דאס מעדיעוויקי? וואס פארעסטו זיך ארום דארט אזוי פיל?.... למאי נ"מ (שמועס) 19:21, 18 אקטאבער 2023 (UTC)
- מעדיעוויקי איז לעולם דער סיסטעם אויף וועלכע דער זייטל לויפט, אבער דער מעדיעוויקי געביט איז דארט וואו עס געפינען זיך די בלעטער וועלכע מאכן אויס אויפן סיסטעם - סקריפטס, טשאטשקעס, און אנדערע זאכן. אין די לעצטע טעג בין איך טאקע אסאך פארנומען געווען דארט (ווען איר האט געפרעגט די שאלה, האב איך זיך געפארעט צו פארבעסערן די רעזולטאטן וועלכע קומען ארויף ווען איר לייגט עפעס אריין אין זוכעניש קעסטל), אבער דאס איז א צייטווייליגע זאך בעז"ה, ווילאנג דער סיסטעם איז אין קאנסטרוקציע פאזע. — צמא לדעת • שמועס • ג' חשון ה'תשפ"ד 20:32, 18 אקטאבער 2023 (UTC)
דרעפטס
לאמיר דיר זאגן אזוי, איך שיס ארויס נאכנאנד נאך דרעפטס, מיין שאלה איז (אין איך וויל הערן נאר דעם אמת!!) צו ווען איך שרייב א דרעפט איז נאך דא דערנאך אסאך ארבעט דערויף, אויב יא ביטע אויב דו קענסט מיר זאגן מיט וואס איך קען זיך פארבעסערן, איך וויל הערן! כדי ס'זאל זיך דא אנהייבן רוקן זאכן. מען דארף זיך גיבן א שאקל. למאי נ"מ (שמועס) 11:02, 29 אקטאבער 2023 (UTC)
- לאו דווקא אסאך ארבעט, איר ארבעט גאר פיין און פלייסיג, אבער אסאך מאל אביסל ארבעט איז אויך אסאך
- איין עצה טובה איז צו איבערגיין דעם טשעקליסט, נקודה ביי נקודה, און זען וואס דערפון איר קענט טון (צום ביישפיל, לייגן א דעסקריפציע). א צווייטע זאך איז, צו זען וואס מען האט געטוישט נאך אייך און טון אזוי אויף ווייטער (צום ביישפיל, דעם באשרייבונג פון בילד ביי תדעל און די אנדערע מלכים, לויט וויאזוי עס איז געטוישט געווארן ביי אמרפל).
- נאכאמאל, דאס זענען ממש קלייניגקייטן, אבער ווען עס זענען פארהאן אסאך אזעלכע קלייניגקייטן, אין אסאך פרישע דרעפטס, קען נעמען מער צייט איך זאל זיך נעמען דערצו.
- נאכדעם איז פארהאן נאך א נקודה, וואס איז ברייטער און אביסל שווערער אנצוכאפן אויף למעשה, אבער כ'וועל עס אייך שרייבן אלס נקודה למחשבה: אונזער ציל איז לאו דווקא צוצושטעלן המכלול העברי איבערגעטייטשט אויף אידיש, נאר צו שרייבן היימישע ענציקלאפעדישע ארטיקלען אויף אידיש - הגם אסאך מאל איז שוין דער חומר דערפון גרייט אויף המכלול העברי און מען דארף עס נאר איבערטייטשן. כמדומה אז רוב ארטיקלען וואס זענען פארהאן אויף ביידע, איז עס ביי אונז היבש פארברייטערט ב"ה; און רוב פון די וואס נישט, זענען אבער אויך ארומגעטוישט און צוגעפאסט.
- עס ארויסצוברענגען אביסל עקסטרעם: די ארבעט ענדיגט זיך נישט מיט איבערטייטשן פון העברי; עס הייבט זיך דארט אן...
- דאס מיינט נישט אז איר דארפט זיך זוכן ארבעט פון אונטער דער ערד; אויב לויט אייער בליק איז דער איבערזעצונג פון העברי פונקט גענוג און גוט, פיין און וואויל. פון מיין זייט קען אבער אמאל נעמען צייט אריינצוקומען אין ענין, אויך אויב קוקט אויס אז ס'איז מער נישט דא וואס צו טון. (טייל פון די אנדערע מנטרים לייגן ווייניגער דגש אויף דעם ענין, און ווען זיי זענען אקטיוו קענען איבערגעזעצטע ארטיקלען ווערן שנעלער אריבערגעפירט).
- דאס אלעס וואס קען זיין נוגע צו אייך. דערנאך זענען נאך סתם אזוי פארהאן די זאכן וועלכע נעמען צו פון מיין צייט, שיריים פון סיסטעם קאנסטרוקציע, אבער מען קומט אלץ נענטער צום גמר בעז"ה. — צמא לדעת • שמועס • י"ד חשון ה'תשפ"ד 13:02, 29 אקטאבער 2023 (UTC)
- לדעתי, אפילו איך קוק זייער ארויף דעם טיפער אנציקלאפעדישקייט פון דעם, פעלט האבער דחוף אויס עס זאל זיין אסאך בלעטער אין מכלול, וואס פאר ווען מענטשן קוקן ווי גוט זיי זענען קוקן זיי צו עס איז בכלל דא... נאר דער חילוק איז אז דיין ארבעט בלייבט אויף יארן, און די סאך בלטטער איז אויף יעצט - מ'דארף מחליט זיין וואס איז וויכטיגער. נאר איך ~ שמועס ~ ט"ו חשון ה'תשפ"ד ~ 22:59, 30 אקטאבער 2023 (UTC)
- @איר ברענגט ארויף גאר א ריכטיגע נקודה, אבער כמה תשובות בדבר. עטליכע פון זיי אין קורצן:
- לכשיבקע. ווען מען וועט האלטן ביי דעם אז מאסן מענטשן וועלן קומען (און מען וועט צילן אז די מאסן זאלן בלייבן), וועט מען דן זיין צי ס'דארף זיין מער בלעטער. כרגע איז נאך דער דגש אויף געקליבענע חברים וועלכע ארבעטן פלייסיג און לייגן אראפ א יסוד און אבן הפינה פאר דורות; ביי דעם איז לדעתי דער עתיד קלאר וויכטיגער ווי דער הווה.
- עס זענען לעולם שוין דא אסאך בלעטער - נאנט צו פערצן טויזנט. נאר וואס דען? רוב דערפון איז אין רוי געביט, און רוב פון רוי געביט איז ווייניג ווערד. אבער ווער עס צילט צו פארמערן בלעטער וואס שנעלער, איז געלאדנט און געמוטיגט צו פארבעסערן און פארברייטערן רוי בלעטער. דארט האנדלט זיך עס נישט פון א פארצויגענע פראצעס: יעדע עריכה וואס לייגט עפעס צו ווערט אנגענומען בתשואת חן און עקזיסטירט זאפארט אויפן סיסטעם (קומט ארויף אין זוכעניש, ווערט פארבינדן אין קישורים).
- אפילו אין הויפט געביט, רוקן מיר זיך לאו דווקא אזוי שטאט. איך מאך נישט אוועק די שוועריגקייט פון ווארטן אז א ספעציפישער דרעפט זאל ווערן אריבערגעפירט, אבער קוקנדיג אויפן ברייטן בילד רוקן מיר זיך היבש כמעשה ב"ה. אין די ארום 300 וואכנטעג וועלכע זענען פארביי פון ווען דער זייטל איז אויפגעשטעלט געווארן זענען שוין געווארן געשריבן און אריבערגעפירט ארום 300 ארטיקלען - אן ארטיקל פער טאג. נעמענדיג אין באטראכט וויפיל נאך זאכן מען איז אנגעקומען אין די צייט (באקוקט און גערייניגט צענדליגער טויזנטער בלעטער, איבערגעטייטשט טויזנטער מעלדונגען און בלעטער, פארראכטן אומצאליגע טעכנישע פראבלעמען, וכו' וכו') איז עס אפילו גאר שנעל!
- ווי שוין מרמז געווען, איז עס נישט (נאר) א באשטימטע החלטה, נאר (אויך) מיין טבע פון ארבעט, וואס אויף דעם איז שוין געזאגט געווארן "לך ואמור לאומן שעשאני". כ'קען זיך אמאל פרובירן מער צו יאגן, אבער אין געווענליכן שטייגער וועל איך אויטאמאטיש פארלייגן מער כוח אויף איכות פון איין ארטיקל ווי אויף אריבערפירן עטליכע. א מהלך קען זיין צו לייגן מער דרוק אויף (טייל פון) די אנדערע מנטרים, וועלכע האבן מעגליך אנדערע טבעיות...
- — צמא לדעת • שמועס • ט"ז חשון ה'תשפ"ד 09:29, 31 אקטאבער 2023 (UTC)
- לאמיר נאר קלאר מאכן: מיר זענען אלע פול מיט דאנקבארע געפילן אויף דיין געטרייע איבערמידליכע ארבעט וואס איר שווענדט דא. און פארקערט, מיטן ארויפברענגען די טעמע איז אונז קלאר געווארן אסאך זאכן.
- ולגוש"ע, עס איז דא איין קליינע פראבלעם וואס וועגן דעם האלט מען זיך אפ פון ארבעטן אויפן רוי געביט. קודם כל, וויבאלד עס איז דערווייל נישטא קיין מעגליכקייט צו אריבערפירן פון רוי געביט צום הויפט געביט, ווי איר זענט מסביר בטוטו"ד אין בלאט המכלול:אריבערפירן דרעפטס#רוי:תקיעת שופר. אויסער דעם, ווען מען וויל רעדאגירן א רוי בלאט קומט ארויף א ווארענונג אז "איר רעדאגירט איצט א בלאט אימפּאָרטירט פון יידיש וויקיפּעדיע.
- דער פּלאן איז צו ערזעצן מערסטנס "ארטיקלען" פון וויקי מיט אונזערע אייגן-געשריבענע ארטיקלען לויט המכלול סטאנדארטן. אויב ווילט איר אריינלייגן ארבעט אין דעם ארטיקל, נעמט אין באטראכט צו איבערשרייבן דעם ארטיקל פונדאסניי אינעם דרעפט געביט. אייער ביישטייערונג איז שטארק געשעצט און וועט צונוץ קומען בכל אופן, אבער וואס איר רעדאגירט דא וועט מעגליך ווערן איבערגעשריבן אן אייער קרעדיט". און דעריבער שרייבט דער עולם ליבערשט אין דרעפטס ווי אין רוי. למאי נ"מ (שמועס) 10:10, 31 אקטאבער 2023 (UTC)
- ס'איז אביסל א גלגל החוזר... די סיבה פארוואס נישט אריבערצופירן פון רוי איז בעיקר צווייפאכיג: מיר האבן נאכנישט גענוג ביישפילן פון אייגענע הויכע-קוואליטעט ארטיקלען, און די ארטיקלען אין רוי געביט זענען (אין אלגעמיין) אויף גאר א נידריגע ניווא. אויב הייבט מען אן אריבערברענגען פון דארט, עפנט עס דעם פתח צו פארוואנדלען דעם גאנצן פראיעקט אין א געפילטערטע וויקיפעדיע אנשטאט א נייע יצירה.
- פון די אנדערע זייט, אבער, וואס מער מען וועט פארבעסערן און בארייכערן רוי, און גלייכצייטיג אויך שאפן הויכע-קוואליטעט ארטיקלען ביי אונז, אלץ ענדערש וועט מען קענען אנהייבן אריבערברענגען פון דארט, (נאך וואס מען וועט אויך לאזן לויפן א פרישע רייניגונג, צו מעקן פילע נארישע בלעטער פון דארט).
- דער שפראך אין ווארענונג דארף טאקע מעגליך געטוישט ווערן (הצעות ווערן אנגענומען בספ"י ). בסך הכל זאגט עס אז דער ארטיקל וועט מעגליך איבערגעשריבן ווערן פונדאסניי, אבער וואס איר רעדאגירט אין רוי וועט נישט ווערן פארלוירן - עס וועט אריינגעשטעלט ווערן אין נייעם דרעפט (אויב וועט זיין א נייער דרעפט). מ'קען אויך איינפירן אז ביים שרייבן א נייער דרעפט, און אריבערלייגן די הוספות פון אנדערע אין רוי, זאל מען דארפן ארויסשרייבן (ביים תקציר עריכה) א קרעדיט צום אריגינעלן שרייבער.
- בקיצור, דער ענין פון רוי איז א לענגערע שמועס פאר זיך, הגם געקניפט און געבינדן מיטן ענין פון אייגענע דרעפטס און ארטיקלען. כ'וויל טאקע הערן פון אייך (און פון אנדערע) וואס וועט אייך שטופן מער צו אינוועסטירן צו פארבעסערן די רוי בלעטער, ארויסצונעמען פון זיי דעם מאקסימום. (כ'וואלט אפילו געפרעגט נאכמער: נניח אז קיין רוי בלאט וועט קיינמאל נישט ווערן אריבערגעפירט, נאר אייער עריכה וועט אלעמאל בלייבן דארט, וועלכע חלק שטערט אייך? דער בלאט קומט ארויף אין זוכעניש, עס ווערט גרינג פארבינדן, וואס פעלט דערפון?) — צמא לדעת • שמועס • י"ז חשון ה'תשפ"ד 09:33, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)
- דער אמת איז, איך האב דאס שוין גלייך אין אנפאנג געטראכט, עס איז לכאורה א נארישקייט (גראב גערעדט) צו שאפן דעם רוי געביט. לויט ווי איך פארשטיי האט מען געשאפן די רוי געביט כדי אז קודם-כל זאל דא זיין עפעס א צורה פון המכלול, און אין צווייטן שלב זיך נעמען צו איבערשרייבן די נושאים. און לדעתי, איך בין מדגיש 'לדעתי', איז דאס א טעות. ס'וואלט געווען בעסער ווען מען הייבט אן צו בויען די פראיעקט פון א'.
- יעצט, לגבי שרייבן אין רוי געביט: ס'איז באמת נישט געשמאק צו שרייבן אן ארטיקל וואס נאך אלעס איז די קעפל מעיד דערויף "דאס איז רוי". א מענטש וויל אז עס זאל זיין מושלם! נישא אז די קישורים זאל זיין גרויע ווערטער, נאר בלויע כמקובל. און אוודאי, איך האב נישט געוואלט אז מען זאל אריבערפירן די רויע בלעטער צום הויפט געביט אזוי ווי עס שטייט אין גייט, טאקע צוליב זייער יעצטיגן נידעריגן ניווא. איך האב גערעדט פון עס אריבערפירן נאך וואס מען האט דאס שוין איבערגעארבעט.
- און נאך אלעס, לאמיר זיך נישט נארן, א שיינע חלק פון יעדע ארטיקל איז איבערגעזעצט פון ויקיפעדיע (וואס זאל מען טון? גיין פארשן די נושא פונדאסניי? עס שטייט דאך שוין אין ויקיפעדיע, נו, לאמיר עס איבערזעצן אויף אונזער הייליגע שפראך און מיר האבן עס), און מיט דעם, אזוי ווי איר זאגט, איז נישט גענוג צו איבערזעצן, נאר מען דארף עס זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין, און אויף א הויכן קוואליטעט פארשטייט זיך. אבער נאך אלעם, הייבט זיך עס אן פון ויקיפעדיע.
- און באמת, ס'איז דא א מעלה דווקא אין שרייבן אין דרעפט'ס, ווייל אזוי גייט עס אריבער די שבט ביקורת פון די מנטרים, און עס איז פארזיכערט אז די ארטיקל איז ראוי לבוא בשער המלך. (איך האב נישט געהאט קיינמאל קיין טענות, אויב האט איר אזוי פארשטאנען, אויף די עצם התנהלות און די ריטעם אויף וואס די מנטרים גייען. איך האב בסה"כ געוואלט וויסן מיט וואס איך קען פארגרינגערן די ארבעט פון די מנטרים, טאקע ווייל איך ווארט שוין צו זען ווי די פראיעקט ווערט געבויעט). למאי נ"מ (שמועס) 10:43, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)
- קודם, איך פריי זיך זייער אויף אזעלכע יסודות'דיגע הערות און איך נעם עס אינגאנצן נישט אן שלעכט. עס דאכט זיך מיר אז אלע חברים קענען עדות זאגן אז פון אנהייב פון דעם פראיעקט האב איך אלעמאל אויסגעהערט און אסאך אנגענומען אנדערע מיינונגען פון מיר; ווען נישט וואלט שוין לאנג גארנישט געווען...
- (אגב, מיין פלאן איז מתחילה טאקע געווען אינגאנצן נישט צו ברענגען קיין בלעטער פון וויקיפעדיע, נאר אלעס שאפן פון אלף. עס איז געווען א צווייטער וואס האט מיר איבערגעצייגט יא צו ברענגען, ויש לדון אז ס'איז נישט געווען אינגאנצן א טעות. א וויקי וואו קיין ארטיקל עקזיסטירט נישט און אלעס איז רויטלינקען איז גאר שווער צו שטעלן אויף דער פוס, און וויבאלד מ'האט עס למעשה נישט אויספרובירט קען מען נישט וויסן וועלכע מהלך וואלט געברענגט בעסערע רעזולטאטן. מעגליך אז א דרך הממוצע וואלט געווען דאס בעסטע, דהיינו ברענגען נאר געקליבענע און וויכטיגע בלעטער לויט זייער געברויך און באנוץ. בכל אופן, העבר אין; דער עיקר איז דער עתיד).
- לגופו של ענין, די פראגעס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן (אויף עטליכע פארמאטן און פלעצער) מער ווי איין מאל, אבער כסדר האט זיך עס געשלאסן מיט דעם אז דער צייט איז נאכנישט רייף. כ'שפיר אבער אז לעצטענס האבן מיר זיך ב"ה גאר אסאך גערוקט (אין צופאסן דעם סיסטעם, אין ערפארונג, אין גרייכן איבער 250 אייגענע ארטיקלען וואס אין זיי איבער 10 אבן הפינה, ועוד). יתכן אז עס איז טאקע געקומען דער צייט ענדגילטיג זיך אויסצושמועסן און אוועקשטעלן די ריכטליניעס און פראצעדורן. א פארזעצונג פון דעם שמועס וועט מעגליך נאכפאלגן בקרוב אי"ה. — צמא לדעת • שמועס • י"ז חשון ה'תשפ"ד 16:51, 1 נאוועמבער 2023 (UTC)
- @איר ברענגט ארויף גאר א ריכטיגע נקודה, אבער כמה תשובות בדבר. עטליכע פון זיי אין קורצן:
- לדעתי, אפילו איך קוק זייער ארויף דעם טיפער אנציקלאפעדישקייט פון דעם, פעלט האבער דחוף אויס עס זאל זיין אסאך בלעטער אין מכלול, וואס פאר ווען מענטשן קוקן ווי גוט זיי זענען קוקן זיי צו עס איז בכלל דא... נאר דער חילוק איז אז דיין ארבעט בלייבט אויף יארן, און די סאך בלטטער איז אויף יעצט - מ'דארף מחליט זיין וואס איז וויכטיגער. נאר איך ~ שמועס ~ ט"ו חשון ה'תשפ"ד ~ 22:59, 30 אקטאבער 2023 (UTC)
א גאָלדענע מעדאַל פאר אייך!
איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף די גאנצע הילף! אחד יחיד (שמועס) 21:13, 8 נאוועמבער 2023 (UTC) |
וְ֝אַחֲרִֽיתְךָ֗ יִשְׂגֶּ֥ה מְאֹֽד!
א ווארעמע ברכת אריכות ימים ושנים טובים צום המכלול-געבורטסטאג, פאר איר און פאר איר גרינדער.
וַאֲמַרְתֶּ֥ם כֹּ֖ה לֶחָ֑י וְאַתָּ֤ה שָׁלוֹם֙ וּבֵיתְךָ֣ שָׁל֔וֹם וְכֹ֥ל אֲשֶׁר־לְךָ֖ שָׁלֽוֹם!
כֹּה לֶחָי - כֹּה יִהְיֶה לַשָּׁנָה הַבָּאָה מַזָּל חַי וְקַיָּם!
ווינטשט פון טיפן הארצן בשם כל החבורה,
נייטראלער • שמועס • ב' כסלו ה'תשפ"ד 19:36 (IDT)
יא, עס איז טאקע "והיה ראשיתך מצער" אבער דער "ואחריתך ישגה מאוד" זעט זיך שוין אן אויפן האריזאנט... מזל טוב, מזל טוב!! למאי נ"מ (שמועס) 19:39, 14 נאוועמבער 2023 (UTC)
- אמן ואמן, און מיט אונז אלע אינאיינעם אויף שמחות, בנערינו ובזקנינו נלך... "בכחה של אחדות" (לפ"ק), ”כִּי עַתָּה הִרְחִיב ה' לָנוּ וּפָרִינוּ בָאָרֶץ” (לסדר). — צמא לדעת • שמועס • א' כסלו ה'תשפ"ד 20:11, 14 נאוועמבער 2023 (UTC)
גוגל
ווי קען מען טרעפן די המכלול אויף אידיש דוראך גוגל? אחד יחיד (שמועס) 19:37, 20 דעצעמבער 2023 (UTC)
- גוגל דארף זיך נאך אינגאנצן ארויפכאפן אויף אונזער זייטל, און עס זענען פארהאן פלענער דאס צו פארשנעלערן בעז"ה. אבער אויף יעצט, וועט זוכן "המכלול הויפט בלאט" אונז ארויפברענגען ערשט. — צמא לדעת • שמועס • ח' טבת ה'תשפ"ד 19:52, 20 דעצעמבער 2023 (UTC)
כדי צו פארמיידן התנגשות עריכה
וועל איך בל"נ מכאן ואילך שטעלן א "מוסטער:בעבודה" בשעת איך ארבעט אויף א געוויסע בלאט, אזוי וועט איר וויסן נישט אנצורירן דעם בלאט ביז איך נעם אוועק דעם "בעבודה". און אזוי אויך אויב איר ווילט ארבעטן אויף א בלאט וואס איך האב געשטימט דערצו (איידער איך האב געשריבן "אויסגעפירט"), זאלט איר ביטע שטעלן "בעבודה", אזוי וועל איך וויסן צו טון אנדערע זאכן ביז איר נעמט עס אראפ.
אגב, אויב איר ווילט מעקן א בלאט וואס איך האב געשטימט דערצו (ווייל איר זעט אז איך קום נישט אהן דערצו), קענט איר טון וויאזוי איר פארשטייט און איך וועל נישט האבן קיין שום טענות. (איך האף אנצוקומען צו אלע בלעטער אבער איך ווייס נישט ווי לאנג ס'וועט דויערן). בברכה, י'הושע (שמועס) 00:09, 6 פעברואר 2024 (UTC)
- זייער פיין, א דאנק פאר זיך אויסשמועסן. — צמא לדעת • שמועס • כ"ז שבט ה'תשפ"ד 00:51, 6 פעברואר 2024 (UTC)
נאַט אייך א גלעזל קאַווע!
ברוכים השבים
חאפ זיך האפ מיט א הייסע גלאז קאווע אחד יחיד (שמועס) 18:58, 18 פעברואר 2024 (UTC) |
שאלה
פאר וואס דו קוד מקור דא קוקט מיר אויס אנדערש פון העברי, עס לויפט מיר דא דו טעקסט ביים קוד מקור און איך קען איהם נישט כאפן , און אזוי אויך דו דפי שיחה קוקן מיר נישט אויס דו זעלבע, דארטן האב איך א סקריפט וואס איז מדמה דו דפי שיחה צו דו אלטע סארט, וואס מען דארף נישט שרייבן אין קוד מקור ביי א דף שיחה, און מען דארף אויך נישט חתמענע'ן ~ תכלית • שיחה • י"ד אייר ה'תשפ"ד 14:42 (IDT) 14:42, 22 מאי 2024 (UTC)
- איך בין נישט אינגאנצן קלאר וואס איר מיינט, אבער אויב איז עס דאס וואס דער בלאט צייגט זיך "לעבעדיג" זייט ביי זייט, אין די צייט וואס מען שרייבט, קענט איר עס מבטל זיין דורך דרוקן אויף "פאראויסקוק" אויבן-לינקס פונעם פענסטערל אין וואס איר שרייבט.
- איבער די דפי שיחה, אין אט דעם בלאט דארף מען אויך נישט שרייבן אין קוד מקור (דרוקט אויף "וויזועל") און מ'דארף אויך נישט אונטערשרייבן נאר עס גייט אויטאמאטיש. בכל אופן, אויב האט איר דארט א סקריפט קען מען עס מסתמא מאכן ארבעטן אויך דא. וועלכע סקריפט ניצט איר?
- הצלחה! — צמא לדעת • שמועס • י"ד אייר ה'תשפ"ד 15:01, 22 מאי 2024 (UTC)
טיוטה
מה הקידומת באתר לדף טיוטה? הגדה של פסח (שמועס) 20:18, 26 יוני 2024 (UTC)
פראגע
פארוואס ווען איך זיך אויף גוגל דרעפט: רבי אליעזר צבי טויב קומט מיר נישט ארויף קיין תוצאות? לערנט (שמועס) 14:44, 14 יולי 2024 (UTC)
- דער בלאט איז נאכנישט געווארן אינדעקסירט דורך גוגל. כ'האב יעצט געטון א פעולה וואס וועט עס מעגליך פארשנעלערן, אבער באופן כללי איז כדאי צו וויסן אז לע"ע נעמט לענגער פאר גוגל צו אויפפרישן רעזולטאטן פאר דעם זייטל ווי פאר גרעסערע אדער מער באקאנטע זייטלעך; עס קען נעמען א גוטע פאר טעג (וואס איז א דראמאטישע פארבעסערונג קעגן נישט לאנג צוריק, ווען עס האט געקענט נעמען א גוטע פאר חדשים). — צמא לדעת • שמועס • ח' תמוז ה'תשפ"ד 15:29, 14 יולי 2024 (UTC)
רבי חיים לייב כ"ץ
זיי מיר מוחל אבער וואס די האסט געטוהן ביים ערך, איז מאדנע אביסל, אויב עס פעלט אסאך ערנסטע מקורות לייגט מען א תבנית "חוסר במקורות" ושלו' על ישראל, די ערך זעט יעצט אויס נאך א ערנסטע טרור אטאקע. איך בעט דיר זיי דאס מסדר עס זאל אויסזען נארמאל, מען קען נישט לאזן אזוי א ערך. ~ תכלית • שיחה • ט' תמוז ה'תשפ"ד 09:38 (IDT) 09:38, 15 יולי 2024 (UTC)
- איך האב שוין געהאט געלייגט אזא תבנית, און מ'האט עס אראפגענומען. כ'האב דערווייל צוגעלייגט דעם בקשת מקורות אויף די פרטים באזונדער, האלטנדיג אינמיטן די ארבעט, פשוט צו צייגן וואו און פארוואס עס מאנגלט אין מקורות, און ארויסהעלפן אין די ארבעט (אויך פאר מיר אליין) צו מאכן דערפון וואס עס דארף באמת זיין.
- כ'וועל בעז"ה ארויפשטעלן דעם "בעבודה" תבנית. א דאנק פאר'ן אנמערקן. — צמא לדעת • שמועס • ט' תמוז ה'תשפ"ד 09:44, 15 יולי 2024 (UTC)
דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא
דו וייסט אפשר מיר העלפן אריבער צו פירען די 'דרעפט' צו המכלול? פלאלמוני (שמועס) 19:34, 21 יולי 2024 (UTC)
- כ'בין נישט זיכער אז כ'האב קלאר פארשטאנען וואס איר פרעגט, אבער קודם כל גייט איבער די ליסטע (צוגעצייכנט אויבן פון דרעפט בלאט) און פרובירט צו טון וואס איר קענט. אויב דארפט איר הילף אין געוויסע פרטים, קענט איר אנצייכענען וואס אין שמועס בלאט פונעם דרעפט, און מ'וועט אייך געוויס ארויסהעלפן בעז"ה.
- אגב, דער ערך איז באלד דאפלט אזוי גרויס אויף ויקיפדיה. מ'דארף בודק זיין אויב איז דארט פארהאן עפעס ווערדפול.
- בהצלחה! — צמא לדעת • שמועס • ט"ז תמוז ה'תשפ"ד 08:14, 22 יולי 2024 (UTC)