אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יעקב באכמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏דרויסנדע לינקס: פארברייטערט)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
שורה 25: שורה 25:
צווישן זיינע תלמידים האט זיך געציילט [[יצחק גליקשטיין]].
צווישן זיינע תלמידים האט זיך געציילט [[יצחק גליקשטיין]].


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
* {{לינק|אדרעס=https://yivoencyclopedia.org/article.aspx/Bachmann_Jacob|קעפל=Bachmann, Jacob|זייטל=YIVO Encyclopedia of Jews in Eastern Europe|שפראך=ענגליש}}
* {{לינק|אדרעס=https://yivoencyclopedia.org/article.aspx/Bachmann_Jacob|קעפל=Bachmann, Jacob|זייטל=YIVO Encyclopedia of Jews in Eastern Europe|שפראך=ענגליש}}
* {{לינק|אדרעס=https://jewish-music.huji.ac.il/content/jacob-bachman|קעפל=Jacob Bachman|זייטל=Jewish Music Research Centre|שפראך=ענגליש}}
* {{לינק|אדרעס=https://jewish-music.huji.ac.il/content/jacob-bachman|קעפל=Jacob Bachman|זייטל=Jewish Music Research Centre|שפראך=ענגליש}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:14, 8 יולי 2024

 

יעקב באכמאן
Jacob Bachman.jpg
געבורט אפריל 1846
בארדיטשוב
פטירה אפריל 30, 1905 (אלט: 59)
בודאפעסט
פאך חזן
Schirat Jacob.jpg

יעקב באכמאן (אפריל 1846, בארדיטשובאפריל 30, 1905, בודאפעסט) איז געווען חזן און קאמפאזיטאר אין לעמבערג און דערנאך אין בודאפעסט.

לעבנס-געשיכטע

יעקב באכמאן איז געבוירן געווארן אין בארדיטשוב. אלס קינד האט ער געלערנט אין ישיבה. ער האט אנגעהויבן צו לערנען מוזיק אין משה פאסטערנאק'ס כאר אין דער ארטיגער שול. ווען ער איז געווען אכצן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער פעטערבורגער קאנסערוואטאריע אונטער אנטאן רובינשטיין, וואו ער האט זיך געלערנט זינגען און מוזיק. ער האט אנטוויקלט א טענאר שטימע און אנגעהויבן צו געבן קאנצערטן מיט רובינשטיין. כאטש ער האט אויפגעטראטן מיט רובינשטיין, וואס איז גערעכנט געווען פאר א "מערב'דיגער פארשטייער פון רוסישער מוזיק", האט באכמאן אויסגעוועלט א קאריערע אלס חזן. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט קורצע שטעלעס אין בארדיטשוב, ראסטאוו און קאנסטאנטינאפאל, און שפעטער האט ער עטאבלירט זיין רעפוטאציע אלס חזן אין דער פראגרעסיווער טעמפל שול אין לעמבערג (1868-1884), אדעס (1884-1885) און בודאפעסט (1885-1905), וואו ער האט זיך צום סוף באזעצט.

קאמפאזיציעס

באכמאן האט קאמפאזירט זאמלונגען פון ווערק פאר די שול. זיין מוזיקאלישער סטיל אין די ווערק איז געווען באאיינפלוסט פון רובינשטיין, און ער האט געניצט מערב'דיגע מוזיקאלישע מיטלען.

א זאמלונג פון זיינע קאמפאזיציעס, "שירת יעקב", איז ארויסגעקומען אין מאסקווע אין 1884. עטליכע אומפארעפנטליכטע ווערק עקזיסטירן אלס מאנוסקריפטן אין דער דוד פוטערמאן ביבליאטעק אין ניו יארק.

באכמאן איז געווען פון די בארימטע חזנים בשעתו און זיינע קאמפאזיציעס זענען געווען ברייט בארימט. דער קייזער פראנץ יאזעף האט אנגענומען עטליכע טרויער-לידער וועלכע ער האט ספעציעל פארפאסט צום טויט פון זיין טאטן פראנץ קארל[1].

צווישן זיינע תלמידים האט זיך געציילט יצחק גליקשטיין.

דרויסנדיגע לינקס

  • Bachmann, Jacob, אויף YIVO Encyclopedia of Jews in Eastern Europe (ענגליש)
  • Jacob Bachman, אויף Jewish Music Research Centre (ענגליש)
  • BACHMANN, JACOB, אויף Jewish Virtual Library (ענגליש)

רעפערענצן

  1. הצפירה, ח' תמוז ה'תרל"ח[מקור פארלאנגט: נישט געפינען דארט]
טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון פּויליש וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער