אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טערקיי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
שורה 116: שורה 116:
</gallery>
</gallery>


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
{{קאמאנסלינק}}
{{קאמאנסלינק}}
== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==

יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:42, 8 יולי 2024

רעפובליק פון טערקיי
פאן טערקיי
סימבאָל טערקיי
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
İstiklal Marşı
זעלבסטשטענדיגקייט מארש
אָרט פון טערקיי
קאָנטינענט אייראפע, אזיע
אָפיציעלע שפּראַך טערקיש
הויפּטשטאָט אנקארא
39°55′N 32°51′E / 39.917°N 32.850°E / 39.917; 32.850 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
גרעסטע שטאָט סטאמבול
רעגירונג פארלאמענטארישע דעמאקראטיע
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
רעדזעפ טאיפ ערדאאן
אהמעט דאוואוטאגלו
גרינדונג דאַטום
29סטן אקטאבער 1923
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
780,580 קוואַדראַט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|36סטע]]
1.3%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

69,660,559
17טע
89 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $570,748 מיליאן (18ט)
וואַלוטע נייער טערקישער פונט
צייט זאָנע UTC + 2
אינטערנעט דאָמען tr.
טעלעפאָן קאָד 90+

דאס טערקיי (טערקיש: Türkiye), אפיציעל די רעפובליק פון טערקיי (טערקיש: Türkiye Cumhuriyeti) איז אן איסלאמיש לאנד אין אייראפע און מערב־אַזיע. זיין הויפּטשטאָט איז אַנקאַראַ. עס גרעניצט דעם מיטלענדישן ים, סיריע און איראק פון דרום, דעם אגאישן ים פון מערב, גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון-מערב, דעם שווארצן ים פון צפון, גרוזיע פון צפון-מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח. טערקיי באדעקט א שטח פון בערך 780,000 קוואדראט ק"מ.

די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי. די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן, אזוי ווי ס'פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע.

טערקיי איז א סעקולערע, דעמאקראטישע רעפובליק. מוסטאפא קעמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין 1923, נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע. טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער, און האט אריינגעטרעטן נאט"א אין 1952. זייט 2005, פירט טערקיי א משא-מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעאישן פארבאנד, וואס ווערט נישט ערלויבט דורך די אייראפעאישע לענדער, וויבאלד טערקייס מענטשן רעכט איז געפלאגט מיט פראבלעמען, וואס איז נישט צופרידנשטעלענד פארן אייראפעאישע געמיינדע. ווי דאס קעגנשטעלן זיך ארויסצוציען פון ציפערן, ווי עטליכע פארטן זענען פארשלאסן פארן פארקער, און מערערע לענדער פארלאנגען דאס ארויסציען פון טערקיי.

די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד איז טערקיש, א טערקישע שפראך וואס בערך 85% פון דער באפעלקערונג רעדן אלס מוטערשפראך.

טערקיי איז דער וועלט'ס הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[1] מיט 390,000 טאנען אין 2005.

היסטאריע

אינעם 13טן יארהונדערט האבן די אטאמאנען פאראייניגט אנאטאליע, און זיי האבן געשאפן אן אימפעריע וואס האט אריינגענומען א גרויסן טייל פון דרום-מזרח אייראפע, מערב אזיע און צפון אפריקע, און איז געווארן א גרויסע מאכט. די שפיץ פון איר מאכט איז געווען פונעם 15טן ביזן 17טן יארהונדערטער, אנהייבנדיק מיט סוליימאן דער ערשטער, וואס האט געהערשט פון 1520 ביז 1566.

ביים ים האט דער אטאמאנישער ים-פלאט געקעמפט פאר קאנטראל איבערן מיטלענדישן ים.

פונעם אנפאנג פון דעם 19טן יארהונדערט האט די אטאמאנישע אימפעריע אנגעהויבן גיין אונטער.

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אטאמאנישע אימפעריע געווען איינער פון די צענטראלע מאכטן. אין דער גאנג פון דער מלחמה האט מען דעפארטירט די ארמענער פון מזרח אנאטאליע קיין סיריע, וואס האט אויסגעלאזט מיט דער שחיטה פון 1,500,000 ארמענער אין דעם ארמענער פאלקסמארד, וואס טערקיי טענה'ט איז נישט געווען קיין פאלקסמארד. אויך האט מען אויסגעפירט שחיטות קעגן אנדערע מינאריטען, ווי די גריכן און די אסיריער.

נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז טערקיי געווען אקופירט דורך די ארמייען פון די אליאירטע מאכטן, און ס'איז געגרינדעט געווארן די טערקישע נאציאנאלע באוועגונג. מען האט געפירט די טערקישע אומאפהענגיגקייט מלחמה אונטער דער פירערשאפט פון מוסטאפא קעמאל פאשא, א מיליטער קאמאנדירער וואס האט געקעמפט אין דער גאליפאלי קאמף.

דעם 18טן סעפטעמבער האט די טערקישע רעגירונג אין אנקארא זיך פראקלאמירט די לעגאלע רעגירונג אין טערקיי; די פרעמדע ארמייען זענען שוין געווען ארויס פון לאנד. אין יולי 1923 האט מען געחתמעט דעם לאזאן אפמאך וואס האט אנערקענט די סואווערענטעט פון דער טערקישער רעפובליק.

אטאטורק איז געווען א פראגמאטישער פירער וואס האט איינגעפירט ברייטע רעפארמען אין טערקיי, וואס האבן צוגעברענגט צו מאדערניזאציע, און האבן איבערגעקערט דאס איסלאמישע לאנד צו סעקולערער רעפובליק מיט א מערבדיקע אריענטאציע. צווישן די רעפארמען, האט מען געטוישט די אראבישע שריפט מיט א שריפט באזירט אויפן לאטיינישן אלפאבעט, פרויען האבן אנגעהויבן גיין מיט אויפגעדעקטע פנימער און מענער האבן אויפגעהערט טראגן אויפן קאפ דעם טארבוש. מ'האט אויסגערופן אנקארא ווי די נייע הויפטשטאט פון טערקיי אנשטאט סטאמבול.

געאגראפיע

טערקיי איז א לאנד וואס ציט זיך אויס אויף צוויי קאנטינענטן, און שאפט א בריק צווישן אייראפע און אזיע. די באספארוס, ים פון מארמארא און דארדאנעלן דורכגאסן צעשיידן זיין אזיאטישן טייל (אנאטאליע אדער "קליין אזיע") פון זיין אייראפעאישן טייל (טראקיע). דער אייראפעאישער טייל איז נאר 3% פונעם שטח פון לאנד.

די טעריטאריע פון טערקיי איז מער ווי 1600 ק"מ אין דער לענג און 800 ק"מ אין דער ברייט, מיט א פארעם מער אדער ווייניגער ווי א גראדעק. ער ליגט צווישן די גארטל ליניעס 35º און 43º N, און די מערידיאנען 25º און 45º E.

טערקיי באדעקט א שטח פון 780,580 קוואדראט ק"מ. טערקיי האט לאנד גרעניצן וואס זענען לאנג 2,627 ק"מ מיט 8 לענדער: בולגאריע (240 ק"מ), גרוזיע (252 ק"מ), ארמעניע (268 ק"מ), אזערביידזשאן (9 ק"מ), איראן (499 ק"מ), איראק (331 ק"מ), סיריע (822 ק"מ) און גריכנלאנד (206 ק"מ). די ים גרעניצן זענען לאנג 7,200 ק"מ אויפן שווארצן ים, ים פון מארמארא, אגאישן ים און מיטלענדישן ים. טערקיי איז דאס 37סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח.

דער אייראפעאישער טייל פון טערקיי, מזרח טראקע, שאפט די גרעניצן פון טערקיי מיט גריכנלאנד און בולגאריע. דער אזיאטישער טייל, אנאטאליע, איז א הויכער צענטראלער פלאטא מיט שמאלע בארטנדיגע פלוינען. אזיאטישער טערקיי איז מערסטנס בארגיש, אבער אין אייראפעאישן טערקיי זענען נאר דא בערגלעך. דער העכסטער פונקט אין טערקיי איז דער שפיץ פון בארג אררט וואס איז הויך 5,166 מעטער. אומגעפער 85% פונעם לאנד איז העכער פון 450 מעטער. אין צפון פון לאנד פאראלעל צום שווארצן ים שפרייטן זיך די פאנטוס בערג, און אין דרום פון לאנד פאראלעל צום מיטלענדישן ים שפרייטן זיך די טאורוס בערג.

טערקיי איז א לאנד רייך אין וואסער; ער האט 1,200 ק"מ פון טייכן, וואס די לענגסטע און וויכטיגסטע פון זיי זענען די פרת, חידקל און קיזילירמארק טייכן.

די הויפטשטאט פון טערקיי, אנקארא, איז באקאנט פאר די אנגארא קאץ, אנגארא קיניגל און אנגארא ציג.

קלימאט

די בארטן געגנטן פון טערקיי אויף די אגאישן און מיטלענדישן ימען האבן א טעמפעראטן מיטלענדישן קלימאט, מיט הייסע טרוקענע זומערס און צארטע אדער קילע און נאסע ווינטערס. די געגנטן אויפן בארטן פון שווארצן ים האבן א טעמפעראטן אקעאנישן קלימאט מיט ווארעמע, נאסע זומערס און קילע, נאסע ווינטערס.

אין מזרח טייל פונעם אנאטאלישן פלאטא זענען די ווינטערס גאר הארב. די טעמפעראטורן קענען אראפגיין ביז 30º- צו 40ºC-, און שניי קען ליגן מער ווי 120 טעג פון יאר.

רעגירונג

פאליטיק

עקאנאמיע

וואלקנקראצערס אינעם ביזנעס דיסטריקט פון סטאמבול, טערקיי'ס פירנדיקער עקאנאמישער צענטער

טערקיי האט דער וועלט'ס 17טע גרעסטע פראדוקט ווערדע. דאס לאנד איז א פונדאציע מיטגליד אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און די גרופע פון 20 הויפט עקאנאמיעס.

טערקיי האט עקספארטירט $143.5 ביליאן אין 2011 און $163 ביליאן אין 2012 ( די הויפט עקספארט שותפים אין 2012 זענען געווען: דייטשלאנד 8.6%, איראק 7.1%, איראן 6.5%, דאס פאראייניגטע קעניגרייך 5.7%, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן 5.4%). אבער אימפארטן זענען געווען גרעסער ביי $229 ביליאן.

שטארקע סעקטארן פון דער טערקישער עקאנאמיע זענען אויטאמאבילן, שיפבויען, אוטערהאלטונגס־עלעקטראניק, באנקירן, קאנסטרוקציע, טעקסטילן, אויל ראפינירן, מינעריי, אייזן און שטאל.

טוריזם

טוריזם אין טערקיי איז געוואקסן גיך אין די לעצטע צוואנציג יאר און איז היינט א וויכטיגער טייל פון דער עקאנאמיע. אין 2013 האבן 37.8 אויסלענדישע טוריסטן אנגעקומען אין טערקיי; זיי האבן אריינגעשטעלט $27.9 ביליאן צו טערקיי'ס איינקומפטן. אין טערקיי געפינען זיך צוויי פון די זיבן ווינדער פון די וועלט.

אינפראסטרוקטור

אין 2013 האט טערקיי געהאט 98 פליפעלדער, כולל 22 אינטערנאציאנאלע פליפעלדער. דאס סטאמבול אטאטורק פליפעלד איז דאס 13טע מערסט באשעפטיגסטע פליפעלד אין דער וועלט, און האט באדינט 31,833,324 פאסאזשירן צווישן יאנואר און יולי 2014. מען פלאנירט א ניי דריט פליפעלד פאר סטאמבול וואס וועט זיין דאס גרעסטע אין דער וועלט, מיט א מעגליכקייט צו באדינען 150 מיליאן פאסאזשירן א יאר. דער פאן־טרעגער פון טערקיי זייט 1933 איז טערקישע לופטליניעס, און ווערט בארעכנט די בעסטע לופטליניע אין אייראפע אין די יארן 2011, 2012, 2013 און 2014.

די טערקישע אינטערנעץ האט 35 מיליאן באניצער.

דעמאגראפיע

קולטור

גאלעריע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן
LocationAsia.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אזיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.
Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!