אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בארדיטשוב"
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
שורה 35: | שורה 35: | ||
* [http://www.shtetlinks.jewishgen.org/berdichev/berdichev1.html אידישע היסטאריע פון בערדיטשעוו, 1טער טייל] און [http://www.shtetlinks.jewishgen.org/berdichev/Berdichevhistory.htm {{ר}} 2טער טייל] ביי Jewishgen.org {{לינקשפראך|ענגליש}} | * [http://www.shtetlinks.jewishgen.org/berdichev/berdichev1.html אידישע היסטאריע פון בערדיטשעוו, 1טער טייל] און [http://www.shtetlinks.jewishgen.org/berdichev/Berdichevhistory.htm {{ר}} 2טער טייל] ביי Jewishgen.org {{לינקשפראך|ענגליש}} | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://berdichevland.com/ BerdichevLand ] | * [http://berdichevland.com/ BerdichevLand ] | ||
* [http://berdichev.biz/ "Berdichev business" газета "Діловий Бердичів"] | * [http://berdichev.biz/ "Berdichev business" газета "Діловий Бердичів"] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:05, 8 יולי 2024
|
בערדיטשעוו (אוקראיניש: Бердичів; רוסיש: Бердичев; פויליש: Berdyczów) איז א גרויסע שטאט אין זשיטאמירער אבלאסט (גובערניע) אין אוקראיִנע. לאקירט ארום-40 ק"מ צפון זייט פון זשיטאמיר. זי איז געגרינדט געווארן אין 1455, און ביי איר זענען דא ארום 86,200 איינוואוינער. ריכטיק צו-2003.
היסטאריע
פון דעם 16טן יארהונדערט ביז סוף דעם 18טן יארהונדערט, בערדיטשעוו איז געווען אונטער פוילישער הערשאפט.
אין 1732, נאך א באשטעטיגונג פון דער פרוי דומיין טרזה, א פרוי וואס די שטאט איז געווען אין איר פאמיליע אייגנטום, האט מען געלאזט די אידן זיצן דארטן.
נאך דעם האט זיך אנגעהויבן אן אנטוויקלונג אין די יידישע איינוואוינערס, און אזוי אין לויף פון דער צייט די שטאט איז געווארן דער גרויסער צענטער אין דער געגנט. (ספעציעל פון דעם איינוואוינערס שטאנדפונקט).
אין יאר 1765 די צאל אידן אין שטאט געווען 1,220 פון 1,541 איינוואוינערס, און אין-1789 די צאל אידן האט זיך פארגרעסערט צו-1951.
אין 1861 ה'תרכ"א די צאל אידן איז געווען 46,683 איינוואוינערס, די צווייטע גרעסטע קהילה אין רוסלאנד. אין 1926 ה'תרפ"ו די צאל אידן געווען 30,812 איינוואוינערס, וואס 28,584 פון זיי האבן דערקלערט אז יידיש איז זייער מאמע לשון.
פון דעם 17טן יארהונדערט ביז די דייטשע אייננעמונג איז בערדיטשעוו געווען א שטאט צענטער פאר די אידן.
מיט דער דייטשע אייננעמונג תמוז ה'תש"א האט מען אנגעהויבן ליקווידירן די אידן אין בערדיטשעוו. אין תש"ב האט מען ליקווידירט די אלע אידן אינגאנצן.
ביז דעם סאוועטן פארבאנד אויפשטעל, איז געווען אין בערדיטשעוו זיבעציג שולן.
די רבנים און רביים אין בערדיטשטוו
- רבי ליבער הגדול (דער גרויסער רבי ליבער)
- רבי יוסף חריף (דער שארפער רבי יוסף) א חסידישער אדמו"ר
- רבי לוי יצחק בערדיטשעווער
מקורות
- אנציקלופדיה לבית ישראל פון הרב האלפרין
- אידישע היסטאריע פון בערדיטשעוו, 1טער טייל און 2טער טייל ביי Jewishgen.org (ענגליש)
דרויסנדיגע לינקס
- BerdichevLand
- "Berdichev business" газета "Діловий Бердичів"
- Berdichev at Simon Wiesenthal Center
- Berdychiv lands from the earliest times to the beginning of the 20th century (1999 אוקראיניש: Бердичівська земля з найдавнішших часів до початку ХХ ст.)
- PBS Independent Lens: Berdichev
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!