אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באליוויע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
שורה 60: שורה 60:
{{רעפליסטע}}
{{רעפליסטע}}


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
{{קאמאנסקאט|}}
{{קאמאנסקאט|}}


[[קאַטעגאָריע:באליוויע|*]]
[[קאַטעגאָריע:באליוויע|*]]
[[he:בוליביה]]
[[he:בוליביה]]

רעוויזיע פון 09:00, 8 יולי 2024

באליוויע
פאן רעפובליק פון באליוויע
סימבאָל רעפובליק פון באליוויע
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון רעפובליק פון באליוויע
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך שפאניש, קוועטשטוש, איימארא
הויפּטשטאָט סוקרע, לא פאז
גרעסטע שטאָט סאנטא קרוז
רעגירונג דעמאקראטיע מיט א פרעזידענט
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
עווא מאראַלעס
גרינדונג דאַטום
6 אויגוסט, 1825 (פון שפאניען)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,098,581 קוואַדראַט ק"מ
28
1.29
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

9,119,152
84
8.4 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 40.140 ביליאן (101ט)
וואַלוטע באליוויאנא (BOB)
צייט זאָנע UTC+4
אינטערנעט דאָמען bo.
טעלעפאָן קאָד 591+

די רעפובליק פון באליוויע איז א לאנד אין דרום אמעריקע. איר אפיציעלע הויפטשטאט איז סוקרע אבער דאס רעגירונג ארט איז אין לא פאז. באליוויע איז ארומגענומען פון צפון און מזרח דורך בראזיל, פון דרום דורך פאראגוויי און ארגענטינע, און פון דרום דורך טשילע און פערו. אזוי ארום קומט אויס אז זי איז פון די לענדער וואס האבן נישט קיין גרעניץ צום וואסער בלויז דורך דער יבשה. באליוויע האט מער אינדיאנער (פון די אריגינעלע איינוואוינערס פון דרום אמעריקע) ווי איינוואוינערס פון און אייראפעאישן אפשטאם.

היסטאריע

פאליטיק און אדמיניסטראציע

געאגראפיע

באליוויע האט מער ווי 2,900 זגאלן, כולל 398 זויגערס, מער ווי 1,400 פויגלען (70% פון די באוואוסטע פויגלען פון דער וועלט, זייענדיק דאס זעקסטע מערסטע אלערלייאיק אין דער וועלט),[1] 204 אמפיביעס, 277 רעפטיליעס, און 635 פרישוואסער פיש (אזוי ווי באליוויע איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד). דערצו, זענען פאראן מער ווי 3,000 סארטן פלאטערל, און מער ווי 60 געשטוביקטע בעלי חיים.

עקאנאמיע

אין 2012 איז באליוויעס ברוטא אינלענדישער פראדוקט געשאצט געווארן צו ($27.43 ביליאן ביים אפיציעלן קורס און $56.14 ביליאן לויט דער קויפקראפט פאריטעט. עקאנאמישן געוואוקס איז געשאצט אומגעפער 5.2%, און אינפלאציע בערך 6.9%. אין די אנהייב 1980ער יארן האט די באליווישע עקאנאמיע געכאפט א שטארקן קלאפ ווען די פרייז פון צין איז שווער געפאלן, וואס איז שווער אנגעקומען צו איינעם פון באליוויעס הויפט קוואלן פון איינקומפט און אירע הויפט מינעריי אינדוסטריע.[2]} זייט 1985, האט די רעגירונג פון באליוויע איינגעפירט א פראגראם פון עקאנאמישער סטאביליזאציע כדי צו האלטן פרייזן סטאביל.

יונגע גרעבער ארבעטן אין פאטאסי.

באליוויע האט די צווייטע גרעסטע רעזערוון פון נאטירליכן גאז אין דרום־אמעריקע. די רעגירונג האט א לאנגיעריקן אפמאך צו פארקויפן נאטירליכן גאז צו בראזיל ביז 2019.

באליוויע פלעג זיין שטארק אפהענגיק אויף אויסלענדישער הילף צו פינאנצירן אנטוויקלונג פראיעקטן. ביים סוף פון 2002 איז די רעגירונג געווען שולדיג $4.5 ביליאן צו אירע אויסלענדישע קרעדיטארן, א דריטל צו אנדערע רעגירונגען. זייט 1987 האט מען געמאכט נייע צייטפלענער פאר די מערסטע חובות צו אנדערע רעגירונגען, דורכן פאריזער קלוב מעכאניזם. דרויסנדיקע קרעדיטארן האבן מסכים געווען דערצו ווייל די רעגירונג פון באליוויע האט דערגרייכט די געלט־ און פינאנץ־צילן פונעם אינטערנאציאנאלן געלטפאנד זייט 1987. אין 2013 איז די אויסלענדישע הילף געווארן נאר א קליינער פראצענט פונעם בודזשעט א דאנק איינקומפט פון שטייערן אויף עקספארט פון נאטירליכן גאז.

איינקומפט פון טוריזם איז געוואקסן כסדר זייט 1990.

דעמאגראפיע

לויטן צענזוס פון 2012 האט באליוויע 10,027,254 איינוואוינער.

שפראכן

באליוויע אנערקענט 36 אפיציעלע שפראכן אחוץ שפאניש, צווישן זיי איימארא, גוואראני, לעקא און קעטשוע.

רעפערענצן

  1. "Turismo". Bolivia.com. Retrieved 2013-07-14. Bolivia es el sexto país con la mayor cantidad de especies de aves en el mundo
  2. Crabtree, J. (1988). "The Great Tin Crash: Bolivia and the World Tin Market". Bulletin of Latin American Research. Bulletin of Latin American Research, Vol. 7, No. 1. 7 (1): 174–175. doi:10.2307/3338459. JSTOR 3338459. {{cite journal}}: Unknown parameter |coauthors= ignored (|author= suggested) (help)

דרויסנדיגע לינקס