אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עמנואל קאזאקעוויטש"
שורה 33: | שורה 33: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידיש-שפראך דיכטער]] | [[קאַטעגאָריע:יידיש-שפראך דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:סאוויעטישע דיכטער]] | [[קאַטעגאָריע:סאוויעטישע דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן]] |
רעוויזיע פון 13:33, 5 יולי 2024
עמנואל קאַזאַקעוויטש (רוסיש: Эммануил Казакевич; 24סטן פעברואר 1913 - 22סטן סעפטעמבער 1962) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער און אַ שרייבער. זיינע לידער האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש געשריבן אויף אידיש און די פּראָזע-ווערק – איבערהויפּט אויף רוסיש.
ביאגראפיע
קאַזאַקעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אין קרעמענטשוג, פאָלטאַווער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אין אוקראינע). עמנואלס פאָטער איז געווען אַ ייִדישער פּובליציסט און ליטעראַטור-קריטיקער הענעך קאַזאַקעוויטש. אין 1932 איז דער קומענדיגער שריפטשטעלער צוזאַמען מיט זיינע עלטערן אַריבערגעפאָרן פון אוקראַיִנע קיין ביראָבידזשאַן. אין 1933 – 1934 איז ער געווען דער דירעקטאָר פונעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן מלוכה-טעאַטער און דער אָנפירער פון די געגנטלעכע ראַדיִאָ-אויסדיקציעס אויף ייִדיש. שפּעטער איז ער געוואָרן דער פאַרוואַלטער פון דער ליטעראַרישער אָפּטיילונג פון "ביראָבידזשאַנער שטערן".
פאַרעפנטליכן לידער האָט ער אָנגעהויבן אין 1932 אויף די שפּאַלטן פון דער צייטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", וואָס איר ערשטער רעדאַקטאָר איז געווען זיין פאָטער. אין דעם זעלבן יאָר איז דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג "בירעבידזשאַנבוי". אויך אין 1932 איז ער געווען דער פאָרזיצער פונעם קאָלווירט אין וואַלדהיים.
אין 1939 איז דערשינען די צווייטע לידער-זאַמלונג ,גרויסע וועלט". אין 1941 האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש פאַרעפנטלעכט אַ ראָמאַן אין פערזן "שלום און חווה". ער האָט אויך איבערגעזעצט אין ייִדיש לידער פון אלעקסאנדער פּושקין, מיכאַיִל לערמאָנטאָוו און וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, אָנגעשריבן פאַרן ביראָבידזשאַנער טעאַטער די פּיעסע "מילך און האָניק", פאַרעפנטלעכט צוויי פּובליציסטישע ביכער – "ביראָבידזשאַן" (1939, צוזאַמען מיט דוד בערגעלסאָן) און "דער וועג קיין בירעבידזאַן" (1940).
זינט 1938 האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש געלעבט אין מאָסקווע און מיטגעאַרבעט מיטן ייִדישן פאַרלאַג "דער אמת". אין 1941 – 1945 האָט ער געקעמפט אויפן פראָנט אין די רייען פון דער רויטער אַרמיי. אין דער תקופה האָט ער פּראַקטיש זיך ניט געדרוקט. ס'איז באַוואוּסט בלויז זיינס אַ ליד, וואָס איז פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג פון סאָוועטישע ייִדישע שרייבער "פאַרן היימלאַנד, אין שלאַכט!" נאָך דער מלחמה האָט ער אָנגעהויבן צו שרייבן פּראָזע אויף רוסיש. זיינע ערשטע פּראָזע-ווערק האָט ער געשאַפן סיי אויף ייִדיש סיי אויף רוסיש. דאָס זענען געווען די גרעסערע דערציילונג "די גרינע שאָטנס" (מאָסקווע 1947 און וואַרשע 1954), וואָס איר רוסישער וואַריִאַנט איז אָנגערופן געוואָרן «Звезда» (בוכשטעבלעך - "דער שטערן"), און דער ראָמאַן "דער פרילינג אויפן אָדער" (מאָנטעווידעאָ 1950), וואָס הייסט אויף רוסיש "Весна на Одере". אָט די ווערק האָבן באַרימט געמאַכט קאַזאַקעוויטשן אַלס רוסישער פּראָזע-שרייבער.
זיינע שפּעטערדיקע פּראָזע-ווערק האָט ער געשריבן בלויז אויף רוסיש און נאָר פון צייט צו צייט פאַרעפנטלעכט אויף ייִדיש אַרטיקלען אין דער וואַרשעווער צייטונג "פאָלקס-שטימע". דאָס רוב קאַזאַקעוויטשעס פּראָזע-ווערק זענען געווידמעט דער צווייטער וועלט-מלחמה.
ער איז נפטר געווארן אין 1962 אין מאָסקווע, און באערדיקט געווארן אינעם נאוואדעוויטשער בית עולם.
דרויסנדע לינקס
- עמנואל קאזאקעוויטשנס בוך "גרויסע וועלט"
- באָריס פרעזינסקי, טראַגעדיע פון עמנואל קאַזאַקעוויטש (אויף רוסיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!