אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה אונגער"
(לאחרונה נודע למשפחה זהותו) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:47, 22 נאוועמבער 2022
רבי יהודה אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"ב – י"ז סיון ה'תרצ"ט), רב אין סאקאלאוו.
אפשטאם
רבי יהודה איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ב ( אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי יהודה איז געווען רב אין סאקאלאוו, אין יאר ה'תרס"ה איז ער אריבער וואוינען קיין ריישא, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין ניימארקט.
הסתלקות
רבי יהודה איז נפטר געווארן אין וויען י"ז סיון ה'תרצ"ט.
פאמיליע
רבי יהודה האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע העבינשטרייט המכונה ר' יהושעל'י חריף, רב פון סאקאלאוו. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי אונגאר הי"ד (ה'תרמ"ב – כ"ג סיון ה'תש"ב), ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- די ווייב פון הרב מנשה הורוויץ, רב אין דזשאלין, א זון פון הרב אליהו הורוויץ רב אין דזשאלין. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר