אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אשקלון"
ק (קאארדינאט) |
|||
שורה 36: | שורה 36: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אשקלון]] | [[he:אשקלון]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ישובים אין מדינת ישראל]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:11, 30 יוני 2024
|
אַשקלון איז א שטאָט אין דעם דרום דיסטריקט אין ארץ ישראל, אויפ'ן ברעג ים צווישן חיפה און עזה, זיין שטח איז גרויס 47,788 דונאם. די שטאט האט א היסטאריע פאר עטליכע טויזנט יאר צוריק.
אין די ערשטע צייטן, ווען די אידן זענען אנגעקומען אויף ארץ ישראל, האט די שטאט געהערט צו די פלשתים. און דורכאויס דעם ערשטן בית המקדש, ביזן חורבן ווען נבוכדנאצר האט איינגענומען דאס לאנד, און האט אויך חרוב געמאכט די שטעט פון די פלשתים. ווען אידן האבן אנגעהויבן צוריק צוקומען פון בבל, אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, האט זיך די שטאט געפונען ווייט פון יידישע גרעניצן, און איז געווען באוואוינט מיט פיניקער און העלעניסטן, וואס האט אנגעהאלטן ביז דער תקופה פון די חשמונאים. אין די צייטן פון קעניג אלכסנדר ינאי, איז אַשקלון געווארן זעלבסטשטענדיק מיט אן אויטאנאמיע, אבער שפעטער מיט די יארן זענען אסאך אידן געווען פון די איינוואוינער פון שטאט.
אין די רוימישע צייטן איז אַשקלון געווען פון די גרויסע פיינט פון יהודה, און אין דער משנה ווערט אַשקלון שוין נישט פארעכנט אין שטח פון ארץ ישראל, ווי מען זעט אין גיטין: ר' יהודה אומר מאַשקלון לדרום ואַשקלון כדרום.
אין יאר 644, האבן די מוסלמענער פארענדיקט זייער איינעמען דאס לאנד, און אַשקלון איז אריבער צו אראבישער הערשאפט. אין די שפעטערע יארן זענען פארגעקומען עטליכע קאמפן, דורכאויס די קרייצצוג מלחמות, צווישן די קריסטן און די אַראַבער. וואס צום סוף האט סאלאך א דין, פארטריבן די קריסטן פון לאַנד, און די מוסלמענער האבן גענצליך פארניכטעט די אלטע שטאט, צוזאמען מיטן פארט.
ביז די אידן האבן אנגעפאנגען צוריק צו קומען קיין פאלעסטינע, ביזן יאר 1948, האט זיך געפונען אויפן ארט פון היינטיגן אשקלון אן אראביש דארף, מיטן נאמען איסקעלאן, וואס ביי דער אומאפהענגיגקייט מלחמה, האט עס צה"ל איינגענומען, און די איינוואוינער זענען אנטלאפן צום עזה שטרייף.
די יידישע אשקלון פון היינט איז באנייט געווארען 1951, לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ריכטיק פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין אשקלון 106,600 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 1.4 פראצענט. רוב זענען אידן.
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!