אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יאט״א"
ק (removed Category:אוויאציע; added Category:ציווילע אוויאציע using HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:46, 22 נאוועמבער 2022
דער אינטערנאציאנאלער לופט-טראנספארט פארבאנד יאט"א (International Air Transport Association – IATA) איז דער אינטערנאציאנאלער האנדל-פארבאנד פון דער וועלט׳ס לופטליניעס הויפטקווארטירט אין מאנטרעאל, קאנאדע.
יאט"א איז געגרינדעט געווארן אין אפריל 1945, אין האוואנע, קובא. דער פארבאנד איז דער נאכפאלגער פון דעם "אינטערנאציאנאלן לופט-פארקער פארבאנד" (International Air Traffic Association), געגגרינדעט אין האג אין 1919, דאס יאר ווען ס׳האט אנגעהויבן רעגולערע פאסאזשירן לופטרייזעס. ווען יאט״א איז געגגרינדעט געווארן האט ער געהאט 57 מיטגלידער פון 31 לענדער, מערסטנס פון אייראפע און צפון אמעריקע. היינט האט די ארגאניזאציע 278 מיטגלידער פון 117 לענדער ארום דער וועלט.
יאט"א קאד
דער יאט"א קאד, וואס יאט״א רופט א "IATA Location Identifier", איז אן אלפאבעטישער קאד מיט דריי בוכשטאבן וואס באשטימט פיל פליפעלדער ארום דער וועלט.
די IATA קאדן ווערן געניצט אין די פארפלענער פון די לופטליניעס, באשטעלן רייזעס און פירן באגאזש.