אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי עקיבא ראבינאוויטש"
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל דורך HotCat) |
(גרונטסארטיר) |
||
שורה 46: | שורה 46: | ||
*{{אוצר החכמה|הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ|זמירות שבת|648143|נוסח פוריסוב וליקוט מדברי תורתו|מקום הוצאה=[[ירושלים]]|שנת הוצאה=[[תשע"ד]]}}. | *{{אוצר החכמה|הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ|זמירות שבת|648143|נוסח פוריסוב וליקוט מדברי תורתו|מקום הוצאה=[[ירושלים]]|שנת הוצאה=[[תשע"ד]]}}. | ||
{{גרונטסארטיר:רבינוביץ, חנניה יוסף עקיבא}} | |||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]] | ||
[[he:הרב עקיבא רבינוביץ]] | [[he:הרב עקיבא רבינוביץ]] |
רעוויזיע פון 10:10, 15 מאי 2024
רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש (ווערט גערופן "רבי עקיבא") איז דער פאריסאוו'ער רבי, א מקובל, ער שטייט אין שפיץ פון ישיבת המקובלים "דרכי צדק" אין זיין בית מדרש אין ירושלים.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים אלץ דער צווייטער זוהן פון הגאון הקדוש רבי בנימין זי"ע, חבר בית דין צדק העדה החרדית אין מייסד פון קהל "משכנות הרועים", אין צו זיין מוטער רוחמה ליבא.
ער איז גערופן געווארן מיט'ן נאמען חנניה יוסף עקיבא נאך זיינע ביידע זיידעס רבי עקיבא יוסף שלעזינגער אין רבי חנניה יוסף הלפרין.
ער איז חתונה געהאט צו מרת אסתר, א טאכטער פון רבי שלמה צבי אטיק, א קארלינער חסיד, פאטער פון הגאונים, רבי מענדל אין רבי אברהם זצ"ל.
ביי זיינע יונגע יאהרן האט ער זיך מסתופף געווען ביים ביאלער רבי'ן רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש וועלכער האט איהם זייער מחשיב געווען אין אוועק געשטעלט צו שטיין בראשות די חבורות פון די יונגעלייט אין אלץ מדריך חתנים אין די חסידות.
נאך זיין רבין'ס פטירה איז ער געווען א תלמיד מובהק פון רבי אשר פריינד, אין ביי איהם האט ער קונה געווען השקפה אין דרכי החסידות.
נאך בחיי אביו האט ער אויף געשטעלט זיין בית מדרש "דרכי צדק" וואס האט אויך געדינט אלץ א ישיבה פאר לימוד תורת הנסתר, וואו דער רבי פלעגט אלץ איבערגעבן שיעורים אין תורת הקבלה.
ער איז באקאנט מיט זיינע פיל ידיעות אין תורת הקבלה, אין אויך אין ספרי חסידות, עקסטער איז באוואוסט זיין בקיאות און דביקות אין ספר הקדוש פרי הארץ, וואס ער זעהט זיך אן אלץ א תלמיד פונעם מחבר, רבי מענדל'ע וויטעבסקער.
ער איז א שארפער קנאי און לוחם קעגן די מדינה הציונית, א טייל זאגן אז ער שטיצט פרויען וואס גייען אונגעטהון א שאל.
מתלמידיו
- רבי דוד אייכנשטיין, בורשטינער רבי אין בארא פארק.
- הרב אברהם יחזקאל פריעדמאנן, מקובל אוו קאמאדער רב אין מאנסי.
זיין משפחה
- זיין זון הרב אברהם, איידעם פון רבי יוסף לייפער.
- זיין זון הרב הלל, ראש הכוללים פון פאריסאוו אין ניו יארק, איידעם פון הרב יהושע לייפער נשיא מכון עוז והדר.
- זיין זון רבי יהושע אשר (ז' ניסן ה'תש"ל - אייר ה'תשע"ד), נפטר געווארן פון יענע מחלה. אויף זיין נאמען איז נתייסד געווארן 'קרן ישועות יהושע אשר'.
- זיין איידעם הרב דוד משה ראזענבוים, קרעטשניפער רבי פון קרית גת.
- זיין איידעם הרב מנחם יהודה כהנא, ספינקער רבי אין בני ברק, זון פון רבי משה אליקים בריעה כהנא פון ספינקא.
- זיין איידעם הרב צבי אלימלך לייפער פון טעמעשוואר, זון פון רבי יחיאל לייפער פון טעמעשוואר ירושלים.
זיינע ספרים
- דרכי צדק - א ביאור אויף ספר שער הכוונות.
- פרי הארץ - שיעורים.
- דרכי אמונה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, האדרת והאמונה, ירושלים, תשע"ח, עניני אמונה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, הדעה והדיבור, ירושלים, תשע"ה, עניני תורה ותפילה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, ההוד וההדר, ירושלים, תשע"ה, עניני ל"ג בעומר.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, החיל והחוסן, ירושלים, תשע"ה, עניני חנוכה ופורים.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, הלקח והליבוב, ירושלים, תשע"ו, עניני חג הסוכות.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, המלוכה והממשלה, ירושלים, תשע"ד, עניני חודש אלול ועשרת ימי תשובה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, הנוי והנצח, ירושלים, תשע"ד, עניני תיקון המידות.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, הפדות והפאר, ירושלים, תשע"ו, עניני חג הפסח.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, השיר והשבח, ירושלים, תשע"ד, עניני שבת קודש.
- הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ, זמירות שבת, ירושלים, תשע"ד, נוסח פוריסוב וליקוט מדברי תורתו.