אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת ויקרא"
ק (←אריינפיר: הגהה) |
ק (←פרשה אינהאלט: הגהה) |
||
שורה 26: | שורה 26: | ||
== פרשה אינהאלט == | == פרשה אינהאלט == | ||
די פרשה געבט זיך אפ מיט די דינים פון די קרבנות, ווען די דינים פון יעדע קרבן ווערן צעטיילט אין עטליכע פרשיות (פתוחות און סתומות), ווי | די פרשה געבט זיך אפ מיט די דינים פון די קרבנות, ווען די דינים פון יעדע קרבן ווערן צעטיילט אין עטליכע פרשיות (פתוחות און סתומות), ווי פאלגנד: | ||
'''[[קרבן עולה]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|א|לאנג=יא|אן=ספר}}: א קרבן וואס ווערט גענצליך פארברענט אויפ'ן [[מזבח העולה|מזבח]], און ווערט בכלל נישט געגעסן. די דינים פון קרבן עולה איז צעטיילט אין דריי פרשיות: | '''[[קרבן עולה]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|א|לאנג=יא|אן=ספר}}: א קרבן וואס ווערט גענצליך פארברענט אויפ'ן [[מזבח העולה|מזבח]], און ווערט בכלל נישט געגעסן. די דינים פון קרבן עולה איז צעטיילט אין דריי פרשיות: | ||
שורה 32: | שורה 32: | ||
*קרבן עולה פון צאן | *קרבן עולה פון צאן | ||
*עולת העוף | *עולת העוף | ||
'''[[קרבן מנחה]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ב|אן=ספר|לאנג=יא}}: קרבן פון | '''[[קרבן מנחה]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ב|אן=ספר|לאנג=יא}}: קרבן פון תבואה. די דינים פון קרבן מנחה איז צעטיילט אין פינף פרשיות: | ||
*מנחת סולת (מעל) | *מנחת סולת (מעל) | ||
*מנחת מאפה תנור (געבאקן אין אויוון) | *מנחת מאפה תנור (געבאקן אין אויוון) | ||
שורה 38: | שורה 38: | ||
*מנחת מרחשת | *מנחת מרחשת | ||
*מנחת ביכורים ([[מנחת העומר]]) | *מנחת ביכורים ([[מנחת העומר]]) | ||
'''[[קרבן שלמים]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ג|אן=ספר|לאנג=יא}}: א קרבן וואס ווערט געגעסן דורך די כהנים און | '''[[קרבן שלמים]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ג|אן=ספר|לאנג=יא}}: א קרבן וואס ווערט געגעסן דורך די כהנים און דער וואס ברענגט דעם קרבן. די דינים פון קרבן שלמים איז צעטיילט אין דריי פרשיות: | ||
*קרבן שלמים פון בקר | *קרבן שלמים פון בקר | ||
*קרבן שלמים פון כבשים | *קרבן שלמים פון כבשים | ||
*קרבן שלמים פון עזים | *קרבן שלמים פון עזים | ||
'''[[קרבן חטאת]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ד|אן=ספר|לאנג=יא}}: א קרבן וואס מען ברענגט צו | '''[[קרבן חטאת]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ד|אן=ספר|לאנג=יא}}: א קרבן וואס מען ברענגט צו פארצייען אויף אן עבירה. די דינים פון קרבן חטאת איז צעטיילט אין פינף פרשיות: | ||
*[[חטאת כהן משיח]] (פונעם [[כהן | *[[חטאת כהן משיח]] (פונעם [[כהן גדול]]) | ||
*חטאת ציבור ([[פר העלם דבר]]) | *חטאת ציבור ([[פר העלם דבר]]) | ||
*[[חטאת נשיא]] (פונעם קעניג) | *[[חטאת נשיא]] (פונעם [[מלך|קעניג]]) | ||
*חטאת יחיד פון עזים | *חטאת יחיד פון עזים | ||
*חטאת יחיד פון כבשים | *חטאת יחיד פון כבשים | ||
'''[[קרבן עולה ויורד]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ה|א|יג|אן=ספר}}: א קרבן וואס מען ברענגט פאר'ן שווערן פאלשע [[שבועת העדות]], פאר [[טומאת מקדש וקדשיו]] (מטמא זיין דעם בית המקדש אדער [[קדשים(הלכה)|קדשים]]) און פאר'ן פארשוועכן א [[שבועת ביטוי]]. | '''[[קרבן עולה ויורד]]''' - {{תנ"ך|ויקרא|ה|א|יג|אן=ספר}}: א קרבן וואס מען ברענגט פאר'ן שווערן פאלשע [[שבועת העדות]], פאר [[טומאת מקדש וקדשיו]] (מטמא זיין דעם בית המקדש אדער [[קדשים (הלכה)|קדשים]]) און פאר'ן פארשוועכן א [[שבועה|שבועת ביטוי]]. דער קרבן ענדערט זיך לויט די פינאנציעלע סטאטוס פון איר ברענגער - "עולה ויורד", א בהמה פאר רייכע, עוף פאר ארעמערע, מנחה פאר גאר ענגע. די דינים פון קרבן עולה ויורד איז צעטיילט אין צוויי פרשיות: | ||
*עולה ויורד פון כבשים, עזים, און עופות | *עולה ויורד פון כבשים, עזים, און עופות | ||
*עולה ויורד פון א מנחה | *עולה ויורד פון א מנחה |
רעוויזיע פון 09:07, 14 מערץ 2024
| |||||
פסוקים | ויקרא א, א - ה, כו | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 111 (26'סטע - אייניג מיט פרשת עקב) | ||||
צאל ווערטער | 1163 (20'סטע) | ||||
צאל אותיות | 6222 (20'סטע) | ||||
אינהאלט | דינים פון קרבנות: קרבן עולה, מנחה, חטאת, קרבן עולה ויורד, און אשם | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים און אשכנזים | ישעיהו מג, כא - ישעיהו מד, כג | ||||
תימנים און איטאליענער | ישעיהו מג, כא - ישעיהו מד, ו |
פרשת וַיִּקְרָא איז די ערשטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 24'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ה', פסוק כ"ו, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 111 פסוקים און 21 פרשיות - דרייצן פתוחות און אכט סתומות.
די פרשה שטעלט אראפ די דינים פון די קרבנות און מנחות וואס מען האט מקריב געווען אין משכן און אין בית המקדש.
פרשת ויקרא ווערט געליינט צווישן די דאטומען ו' אדר ב' (אין עיבור יארן) און ז' ניסן. אין רוב עיבור יארן געפאלט די סדרה אין דער שבת בעפאר פורים - שבת זכור; און הכז יארן אום שבת ראש חודש ניסן - שבת החודש, וואס אין די פעלער ליינט מען דעם דעזיגנירטן מפטיר און הפטורה פון די ארבע פרשיות.
ווען קינדער הייבן אן לערנען חומש, הייבט מען אן ביי חומש ויקרא, ווי געברענגט אין מדרש דעם טעם[1]: ”יָבוֹאוּ טְהוֹרִין וְיִתְעַסְּקוּ בִּטְהוֹרִים”.
פרשה אינהאלט
די פרשה געבט זיך אפ מיט די דינים פון די קרבנות, ווען די דינים פון יעדע קרבן ווערן צעטיילט אין עטליכע פרשיות (פתוחות און סתומות), ווי פאלגנד:
קרבן עולה - קאַפּיטל א': א קרבן וואס ווערט גענצליך פארברענט אויפ'ן מזבח, און ווערט בכלל נישט געגעסן. די דינים פון קרבן עולה איז צעטיילט אין דריי פרשיות:
- קרבן עולה פון בקר
- קרבן עולה פון צאן
- עולת העוף
קרבן מנחה - קאַפּיטל ב': קרבן פון תבואה. די דינים פון קרבן מנחה איז צעטיילט אין פינף פרשיות:
- מנחת סולת (מעל)
- מנחת מאפה תנור (געבאקן אין אויוון)
- מנחת מחבת
- מנחת מרחשת
- מנחת ביכורים (מנחת העומר)
קרבן שלמים - קאַפּיטל ג': א קרבן וואס ווערט געגעסן דורך די כהנים און דער וואס ברענגט דעם קרבן. די דינים פון קרבן שלמים איז צעטיילט אין דריי פרשיות:
- קרבן שלמים פון בקר
- קרבן שלמים פון כבשים
- קרבן שלמים פון עזים
קרבן חטאת - קאַפּיטל ד': א קרבן וואס מען ברענגט צו פארצייען אויף אן עבירה. די דינים פון קרבן חטאת איז צעטיילט אין פינף פרשיות:
- חטאת כהן משיח (פונעם כהן גדול)
- חטאת ציבור (פר העלם דבר)
- חטאת נשיא (פונעם קעניג)
- חטאת יחיד פון עזים
- חטאת יחיד פון כבשים
קרבן עולה ויורד - ה, א–יג: א קרבן וואס מען ברענגט פאר'ן שווערן פאלשע שבועת העדות, פאר טומאת מקדש וקדשיו (מטמא זיין דעם בית המקדש אדער קדשים) און פאר'ן פארשוועכן א שבועת ביטוי. דער קרבן ענדערט זיך לויט די פינאנציעלע סטאטוס פון איר ברענגער - "עולה ויורד", א בהמה פאר רייכע, עוף פאר ארעמערע, מנחה פאר גאר ענגע. די דינים פון קרבן עולה ויורד איז צעטיילט אין צוויי פרשיות:
- עולה ויורד פון כבשים, עזים, און עופות
- עולה ויורד פון א מנחה
קרבן אשם - ה, יד–כו: א קרבן וואס מען ברענגט צו פארגעבן אויף געוויסע עבירות. די דינים פון קרבן אשם איז צעטיילט אין דריי פרשיות:
- אשם מעילות
- אשם תלוי
- אשם גזלות
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[2] זענען פארהאן זעכצן מצוות אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינט | באפוילענע | עשה / לאו | |
---|---|---|---|---|---|
1 | דינים פון קרבן עולה | אִם עֹלָה קָרְבָּנוֹ וגו' (א, ג–יז) | ניין | עשה | |
2 | דינים פון קרבן מנחה | וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב קָרְבַּן מִנְחָה וגו' (ב, א–י) | ניין | עשה | |
3 | נישט מקריב זיין זויערטייג אדער האניג | כִּי כָל שְׂאֹר וְכָל דְּבַשׁ לֹא תַקְטִירוּ מִמֶּנּוּ אִשֶּׁה לַה' (ב, יא) | לאו | ||
4 | נישט מקריב זיין קרבנות אן זאלץ | לֹא תַשְׁבִּית מֶלַח בְּרִית אֱלֹקֶיךָ מֵעַל מִנְחָתֶךָ (ב, יג) | לאו | ||
5 | זאלצן קרבנות | עַל כָּל קָרְבָּנְךָ תַּקְרִיב מֶלַח (ב, יג) | ניין | עשה | |
6 | חטאת בית דין | וְאִם כָּל עֲדַת יִשְׂרָאֵל יִשְׁגּוּ וְנֶעְלַם דָּבָר ... וְהִקְרִיבוּ הַקָּהָל פַּר בֶּן בָּקָר לְחַטָּאת וגו' (ד, יג–יד) | ניין | בית דין | עשה |
7 | קרבן חטאת | וְאִם נֶפֶשׁ אַחַת תֶּחֱטָא בִשְׁגָגָה ... וְהֵבִיא קָרְבָּנוֹ (ד, כז–כח) | ניין | עשה | |
8 | זאגן עדות | וְהוּא עֵד אוֹ רָאָה אוֹ יָדָע אִם לוֹא יַגִּיד וְנָשָׂא עֲוֹנוֹ (ה, א) | די וואס זענען כשר לעדות | עשה | |
9 | קרבן עולה ויורד | וְנֶפֶשׁ כִּי תֶחֱטָא וְשָׁמְעָה קוֹל אָלָה ... וְהֵבִיא אֶת אֲשָׁמוֹ (ה, א–ו) | ניין | עשה | |
10 | נישט אפהאקן די קאפ פון חטאת העוף | וּמָלַק אֶת רֹאשׁוֹ מִמּוּל עָרְפּוֹ וְלֹא יַבְדִּיל (ה, ח) | לאו | ||
11 | נישט לייגן שמן זית אין מנחת חוטא | לֹא יָשִׂים עָלֶיהָ שֶׁמֶן (ה, יא) | לאו | ||
12 | נישט לייגן לבונה אין מנחת חוטא | וְלֹא יִתֵּן עָלֶיהָ לְבֹנָה (ה, יא) | לאו | ||
13 | ברענגען א קרבן אשם און באצאלן א חומש ווען מען איז מועל בהקדש | נֶפֶשׁ כִּי תִמְעֹל מַעַל ... וְהֵבִיא אֶת אֲשָׁמוֹ ... וְאֵת אֲשֶׁר חָטָא מִן הַקֹּדֶשׁ יְשַׁלֵּם וְאֶת חֲמִישִׁתוֹ יוֹסֵף עָלָיו (ה, טו–טז) | ניין | עשה | |
14 | קרבן אשם תלוי | וְאִם נֶפֶשׁ כִּי תֶחֱטָא ... וְלֹא יָדַע וְאָשֵׁם ... וְהֵבִיא אַיִל תָּמִים וגו' (ה, יז–יט) | ניין | עשה | |
15 | קרבן אשם ודאי | נֶפֶשׁ כִּי תֶחֱטָא וּמָעֲלָה מַעַל ... וְאֶת אֲשָׁמוֹ יָבִיא לַה' וגו' (ה, כא–כו) | ניין | עשה | |
16 | צוריקקערן א גזילה | וְהֵשִׁיב אֶת הַגְּזֵלָה אֲשֶׁר גָּזָל (ה, כג) | יא | יעדער | עשה |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:
- השג יאר - ו' אדר ב'
- החא יאר - ח' אדר ב'
- גכז יאר און בשז יאר - ט' אדר ב'
- בחה יאר און זשה יאר - י"א אדר ב'
- זחג יאר - י"ג אדר ב'
- הכז יאר - א' ניסן
- גכה יאר און בשה יאר - ג' ניסן
- בחג יאר און זשג יאר - ה' ניסן
- זחא יאר און השא יאר - ז' ניסן
הפטורה
די הפטורה פון פרשת ויקרא איז אין ספר ישעיהו, וואו דער נביא מוסר'ט די אידן פאר'ן נישט מקריב זיין די קרבנות. מען הויבט אן ביי קאַפּיטל מ"ג, פסוק כ"א; די ספרדים און אשכנזים ליינען ביז קאַפּיטל מ"ד, פסוק כ"ג[3], די תימנים און איטאליענער ביז פסוק ו'[4], און די ראָמאַניאטן ביי פסוק י"ג.
אין רוב פשוט'ע יארן ליינט מען די געהעריגע הפטורה פון ויקהל, אויסער אין הכז יארן, וואס דאן געפאלט ויקהל אום שבת ראש חודש ניסן - שבת החודש, און מען ליינט דערין דעם דעזיגנירטן הפטורה. אין רוב עיבור יארן (30% פון אלע יארן) געפאלט עס אום שבת זכור און מען ליינט די הפטורה פון זכור, אויסער אין השג יארן, ווען די שבת געפאלט אן איינע פון די ארבע פרשיות - שבת הפסקה.
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת ויקרא, אויף שיתופתא
- פרשת ויקרא, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת ויקרא - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת ויקרא, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת ויקרא", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת ויקרא אויף קול הלשון
- פרשת ויקרא, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת ויקרא, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת ויקרא, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת ויקרא, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת ויקרא", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת ויקרא אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ז', פסקה ג'; גע'פסק'נט אין ש"ך, יורה דעה, סימן רמ"ה, סעיף קטן ח', בשם דעם כלבו סימן עד.
- ↑ ספר החינוך, מצוות קטו–קל.
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
- ↑ משנה תורה להרמב"ם סדר התפילה ה׳, ד'.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער