אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת בבא מציעא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(ווייטערדיגע געבוי דערווייל)
שורה 25: שורה 25:

==פרקים און אינהאלט==
==פרקים און אינהאלט==

'''שנים אוחזין''' – די הלכות פון צעטיילן א מציאה ווען צוויי מענטשן טענה'ן זיך צו וועמען עס געהערט, נאכפאלגנדיג מיט פעלער ווען א מענטש איז נישט ריכטיג זוכה אין א מציאה און עס גייט דעריבער פאר א צווייטן, אדער ווען דער זכות פון זיינע מציאות באלאנגט פאר אן אנדערן (ווי א קנעכט פאר זיין האר). דער פרק פירט אויס מיט פארשידענע טענות וועלכע קענען אויפקומען צוליב דעם אינהאלט פון א געפונענער שטר (ווי א שטר חוב וואס איז מעגליך שוין אפגעצאלט), אריינגערעכנט ווען א מענטש טרעפט אן אומבאקאנטער שטר צווישן זיינע אייגענע דאקומענטן. דער פרק פארמאגט אכט משניות{{הערה|דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין [[דפוס ראם]], ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.}}.

'''אלו מציאות''' – דער פרק געבט זיך אפ מיט די דינים פון [[השבת אבידה]]: וועלכע מציאות א מענטש קען נעמען פאר זיך און וועלכע ער דארף אויסרופן, וויאזוי מען רופט אויס, וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די מציאה זייענדיג א שומר אבידה, און וויאזוי מען געבט עס אפ. דרך אגב ווערן אויך אויסגעשמועסט די הלכות פון [[פריקה וטעינה]]. דער פרק שליסט זיך מיט פארשידענע דילעמעס ווען א מענטש דארף העלפן סיי זיין טאטן און סיי זיין רבי'ן און באשטימט ווער עס קומט פריער. דער פרק פארמאגט עלף משניות.

'''המפקיד''' –

'''הזהב''' –

'''איזהו נשך''' –

'''השוכר את האומנין''' –

'''השוכר את הפועלים''' –

'''השואל את הפרה''' –

'''המקבל שדה מחבירו''' –

'''הבית והעלייה''' –

==תלמוד בבלי==
==תלמוד בבלי==

רעוויזיע פון 09:58, 26 פעברואר 2024

מסכתא פון משניות און גמרא
VilniusShasVol19Cover.jpg
מסכת בבא מציעא, דפוס ראם
סדר: נזיקין
צאל פון משניות: 101
פרקים: 10
תלמוד בבלי בלעטער: 118
תלמוד ירושלמי בלעטער: 37
תוספתא פרקים: 11

בָּבָא מְצִיעָא[1] ("מיטלסטער טויער") איז דער צווייטער חלק פון מסכת נזיקין וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר געלט טענות וועלכע נעמען זיך נישט פון שאדנס וואס דער צווייטער האט געטון, ווי די הלכות פון אבידה ומציאה, שומרים און זייער אחריות, הלוואות, אונאה, ריבית און שכירות.

די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא (ערשטער טויער) ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.

בבא מציעא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 101 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר נזיקין

דער רמב"ם ערקלערט[2] אז דער חלק קומט נאך די דיני נזיקין פון בבא קמא, אויפן זעלבן סדר ווי די תורה דערמאנט אין פרשת משפטים די הלכות פון די שומרים נאך די פארשידענע היזקות.

פרקים און אינהאלט

1. שנים אוחזין – די הלכות פון צעטיילן א מציאה ווען צוויי מענטשן טענה'ן זיך צו וועמען עס געהערט, נאכפאלגנדיג מיט פעלער ווען א מענטש איז נישט ריכטיג זוכה אין א מציאה און עס גייט דעריבער פאר א צווייטן, אדער ווען דער זכות פון זיינע מציאות באלאנגט פאר אן אנדערן (ווי א קנעכט פאר זיין האר). דער פרק פירט אויס מיט פארשידענע טענות וועלכע קענען אויפקומען צוליב דעם אינהאלט פון א געפונענער שטר (ווי א שטר חוב וואס איז מעגליך שוין אפגעצאלט), אריינגערעכנט ווען א מענטש טרעפט אן אומבאקאנטער שטר צווישן זיינע אייגענע דאקומענטן. דער פרק פארמאגט אכט משניות[3].
2. אלו מציאות – דער פרק געבט זיך אפ מיט די דינים פון השבת אבידה: וועלכע מציאות א מענטש קען נעמען פאר זיך און וועלכע ער דארף אויסרופן, וויאזוי מען רופט אויס, וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די מציאה זייענדיג א שומר אבידה, און וויאזוי מען געבט עס אפ. דרך אגב ווערן אויך אויסגעשמועסט די הלכות פון פריקה וטעינה. דער פרק שליסט זיך מיט פארשידענע דילעמעס ווען א מענטש דארף העלפן סיי זיין טאטן און סיי זיין רבי'ן און באשטימט ווער עס קומט פריער. דער פרק פארמאגט עלף משניות.
3. המפקיד
4. הזהב
5. איזהו נשך
6. השוכר את האומנין
7. השוכר את הפועלים
8. השואל את הפרה
9. המקבל שדה מחבירו
10. הבית והעלייה

תלמוד בבלי

פראמינענטע סוגיות

מפרשים

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

1. אין כתב יד ליידן פון תלמוד ירושלמי הייסט די מסכתא "בבא מיצעא.
2. פירוש המשניות, הקדמה
3. דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.

בבא מציעא קאַטעגאָריע:דיני ממונות קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען