אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גאליציע"
ק (קאארדינאט) |
ק (החלפת טקסט – "פרעמישלאן" ב־"פרימישלאן") |
||
שורה 58: | שורה 58: | ||
* [[סטרעליסק]] | * [[סטרעליסק]] | ||
* פאדהייץ | * פאדהייץ | ||
* | * פרימישלאן | ||
* פשעמישל | * פשעמישל | ||
* [[צאנז]] | * [[צאנז]] |
רעוויזיע פון 01:03, 18 פעברואר 2024
גאליציע איז דער טייל פון פוילן וואס עסטרייך האט אנעקסירט ווען מען האט צעטיילט פוילן אין די יארן 1772. היינט איז מזרח-גאליציע א טייל פון אוקראינע און מערב-גאליציע איז צוריק אין פוילן, מיטן אלטן נאמען "קליין-פוילן". דער נאמען "גאליציע" שטאמט פונעם אלטן נאמען "האליץ". נאך ביזן היינטיגן טאג הייס די טעריטאריע "האליץ" אויף טשעכיש און אויף טערקיש.
אין גאליציע האבן געוואוינט א סך גדולים תלמידי בעש"ט און איז געווען די מקור צו פילע גרויסע חסידות דינאסטיעס, ווי באבוב זידיטשוב א.ד.ג.
אויך דער שרייבער ש"י עגנון איז געבוירן אין בוטשאטש, גאליציע.
היסטאריע
די מזרח-סלאוון האבן באזעצט די טעריטאריע שוין אין אנהייב פונעם מיטל-עלטער; אין דעם 12טן יארהונדערט האט מען אויפגעשטעלט דאס פירשטנטום (פרינציפאליטעט) פון האליטש. שפעטער איז עס געווארן פאראייניגט מיט וואהלין. אין יאר 1352 (ה' קי"ב) איז די טעריטאריע געווארן צעטיילט צווישן דעם פוילישן קעניגרייך און דער גרויסער הערצאגשאפט פון ליטא; דעם גרעסערן טייל האט פוילן גענומען. אין 1772 (ה' תקל"ב) איז צעטיילט געווארן די פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט און עסטרייך האט צוגענומען גאליציע, וואס איז דעמאלסט געווארן די פראווינץ פון עסטרייך מיט דער גרעסטער באפעלקערונג ביזן סוף פונעם ערשטן וועלט קריג.
אין 1918 (ה' תרע"ח) איז גאליציע אוועק גענומען געווארן פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע, און געווארן א טייל פון דער נייער זעלבסטשטענדיגער רעפובליק פון פוילן. אז פוילן איז געווארן צעטיילט אין 1941 (ה' תש"א) האט רוסלאנד גענומען מזרח-גאליציע און דייטשלאנד האט גענומען מערב-גאליציע. נאכן צוויטן וועלטקריג איז מזרח-גאליציע געגאנגען צום נייעם לאנד אוקראינע און מערב-גאליציע צו פוילן.
שטעט און שטעטלעך אין גאליציע
כדאי זו זען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!