אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאכאטשאוו"
ק (דעסקריפציע: שטאָט אין פוילן) |
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים") |
||
שורה 24: | שורה 24: | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | [[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע | [[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:סוכצ'ב]] | [[he:סוכצ'ב]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | [[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
רעוויזיע פון 20:01, 10 פעברואר 2024
|
די אידן פון סאכאטשאוו
אידן האבן געוואוינט אין דער שטאט אומגעפער 600 יאָר, דאס סאכאטשאווער חסידות איז אנטוויקלט געווארן אין דער שטאט דורך רבי אברהם בארנשטיין (דער "אבני נזר"), וואָס האָט אויך דארט אויפגעשטעלט א ישיבה, און וועמענס קבר געפינט זיך אויפן יידישן בית עולם פון דער שטאט.
בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה איז די שטאָט איז געווארן איינגענומען הין און צוריק דורך די דייטשן און די רוסן, און אין דעם גאנג פון די קעמף איז די היאיגע ייִדישע קהילה געווארן ליקווידירט, פיל זענען אנטלאפן אין ווארשע און פיל זענען אוועקגעטריבן און די קהילה האט זיך פארשפרייט. נאָך דער מלחמה האָט די קהילה זיך אָנגעהויבן זיך רעארגאניזירן, און האָט זיך אנטוויקלט ביז איר אומקום אין דער חורבן אייראפע.
קורץ פאר דעם אויסברוך פונעם צווייטן וועלט־קריג האבן געוואוינט אין דע שטאט עטליכע 3000 אידן, בערך א דריטל פון איר באפעלקערונג. דעם 9טן סעפטעמבער 1939 איז די שטאט אקופירט געווארן דורך די דייטשן, וואס האבן דארט דערמארדעט א צאל אידן, און אונטערגעצונדן טייל פון זייערע הייזער. זיי האבן אוועקגעפירט די אידן פון דער שטאט צו צוואנגס ארבעט, סיי ביים בויען א בריק איבערן לאקאלן טייך, וואו עטליכע פון די אידן זענען דערטרונקען געווארן, און סיי ביים בויען באפעסטיגונגען אין דער געגנט פון דער שטאָט, ניצנדיק די מצבות פון דעם אָרטיקן יידישן בית עולם.
אום 19טן יאנואר 1941 האט מען די אידן פון דער שטאט און איר אומגעגנט קאנצענטרירט אין א געטא ארומגערינגלט מיט א שטעכלדראט פּלויט, און א חודש שפעטער האט מען זיי אריבערעפירט אין דער ווארשעווער געטא, און זייער גורל דארט איז געווען דער זעלבער ווי די אנדערע ארטיקע אידן.
דרויסנדע לינקס
- אפיציעלע וועבזייטל פון סאכאטשאוו (פויליש)
- יזכור בוך פאַר דער אידישער קהילה חרוב אין חורבן, פנקס סאכאַטשעוו - געווידמעט צום זכּרון פון די הייליקע פון אונזער שטאָט, סקאַנירטע ספר, אויף העברעיש און ייִדיש (הייבט אויף זייט 5), פונעם ניו יארק סיטי ביבליאָטעק וועבזייטל.
- מ. פרידמאן, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, וועגן די אידן פון דער שטאָט, פון דער סאכאטשאוו העפט
- סאכאטשאוו (Sochaczew), אין דער ענציקלאפעדיע פון די געטאס אויף "יד ושם" (העברעיש)
- סאכאַטשאוו אויף דער וועבזייטל פון דער פוילישער יידישער ירושה צענטער סאמועל פישמאן און מרטין דין
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!