אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:איוואן גאל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(החלפות (צופעליג), אוועקגענומען איבעריגע לינקס, אינפאקעסטל, נאך ענדערונגען)
שורה 49: שורה 49:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:איוואן גול]]
[[he:איוואן גול]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[קאַטעגאָריע:פארשפארט אויף המכלול העברי]]
[[קאַטעגאָריע:פארשפארט אויף המכלול העברי]]

רעוויזיע פון 06:40, 8 פעברואר 2024

 

איוואן גאל
איוואן גאל, 1932
איוואן גאל, 1932
געבורט מערץ 29, 1891
סאנקט-דידעל, לאָטאַרינגיע, פראַנקרייך
פטירה פעברואר 27, 1950 (אלט: 58)
פאריז
פאך דיכטער

איוואַן גאָל (דייטש: Iwan Goll; ‏פראַנצויזיש: Yvan Goll, Ivan Goll) איז דער פסעוודאנים פון יצחק לאַנג (סאַנקט-דידעל, מערץ 29, 1891 - פאַריז, פעברואר 27, 1950), אַ צוויי-שפּראַכיגער (דייטש און פראַנצויזיש) דיכטער עקספּרעסיִאָניסט פון דער אידישער אָפּשטאַם.

לעבנסגעשיכטע

איוואַן גאָל איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט סאנקט-דידעל, לאָטאַרינגיע, פראַנקרייך. ער האָט זיך געלערנט אינעם שטראַסבורגער אוניווערסיטעט און אין 1912 באַקומעט זיין PhD. אין אָנהייב פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, זענענדיק אַ פּאַציפיסט, האָט איוואַן גאָל עמיגרירט קיין שווייץ. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין פּאַריז. בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט ער געוואוינט אין די פאראייניגטע שטאַטן און בלויז אין 1947 זיך אומגעקערט קיין פראַנקרייך. ביז'ן סוף פון זיין לעבן האָט ער נישט געקענט ענטפערן פאַר זיך אַליין אויף דער פראַגע צו וועלכן לאַנד ער געהערט. ער פלעגט זאָגן וועגן זיך אַזוי: "לויטן גורל - אַ איד, לויט אַ צופעליגייט - אַ פראַנצויז, לויט אַ פּאַפּיר מיט אַ שטעפּל - אַ דייטש".

איוואַן גאָל'ס ווערק האָבן געשפּילט אַ וויכטיגע ראָליע אין דער געשיכטע פונעם עקספּרעסיִאָניזם. ער האָט געשריבן סיי אויף דייטש, סיי אויף פראַנצויזיש, ווי אויך אויף ענגליש, אָבער שעפעריש האָט ער פונדעסטוועגן אָנגעהערט צום דייטשן עקספּרעסיִאָניזם, זענענדיק אין אים אַ מין פאַרשפּרייטער פון אידייען פונעם פראַנצויזישן סירעאַליזם.

זיינע ביכער

  • 1912 Lothringische Volkslieder
  • 1914 Der Panama-Kanal (u. d. Pseudonym Iwan Lazang)
  • 1917 Requiem. Für die Gefallenen von Europa
  • 1922 Methusalem oder Der ewige Bürger
  • 1922 Melusine. Schauspiel (Uraufführung 1956 in Wiesbaden)
  • 1925 Poèmes d'Amour (mit Claire Aischmann)
  • 1926 Poèmes de Jalousie (mit Claire Aischmann)
  • 1927 Poèmes de la Vie et de la Mort (mit Claire Aischmann)
  • 1927 Die Eurokokke (französisch: Lucifer Vieillissant)
  • 1927 Le Microbe de l'Or
  • 1928 Der Mitropäer (Neuauflage 1987 in Berlin: Argon)
  • 1929 Agnus Dei
  • 1930 Sodome et Berlin
  • 1946 Fruit from Saturn
  • 1960 Dichtungen (Aus dem Nachlass) Darmstadt: Luchterhand 1960
  • 1962 Ausgewählte Gedichte Stuttgart: Reclam 1962 u. ö. (66 S.)
  • 1968 Gedichte. Eine Auswahl Hrsg. René A. Strasser, Magica, Meilen/Zürich [1968] (438 S.)
  • 1996 Die Lyrik Hrsg. Barbara Glauert-Hesse. Göttingen: Wallstein (4 Bände, 2004 S.)
  • 2009 Gedichte. Berlin: hochroth Verlag (24 S.)

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!