אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ישיבת עמק התלמוד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אויף יידיש דורך HotCat)
(דעסקריפציע געטוישט פון "ישיבה אין ירושלים" צו "ישיבה אין ירושלים, געפירט דורך רבי מאיר הייזלער")
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|ישיבה אין ירושלים}}
{{דעסקריפציע|ישיבה אין ירושלים, געפירט דורך רבי מאיר הייזלער}}
{{יתום}}
{{יתום}}



רעוויזיע פון 09:13, 22 יאנואר 2024

 

עמק התלמוד איז א ישיבה אין ירושלים. דער ראש ישיבה איז רבי מאיר הייזלער, וואס איז מדריך די בחורים אלס עובדי השם באמת ובתמימות. דער ראש ישיבה לייגט אריין א ריינע אמונה פשוטה אין זיינע תלמידים וואס באגלייט זיי שפעטער א גאנץ לעבן. ביי זיינע שמועסן וואס ער גיט יעדן ליל שישי ביז אין די פארטאגס שעות ווערן איבער'גע'חזר'ט יסודות הדת.

די ישיבה איז געווארן אויפגעשטעלט בערך אין יאר תשס"ו, נאכדעם וואס רבי מאיר איז ארויס פון דער סאכאטשאווער ישיבה[מקור פארלאנגט].

דער ראש ישיבה רבי מאיר הייזלער איז געווען א נאנטער תלמיד ביי הרב אלעזר שך. הרב שך האט זיך אמאל אויסגעדריקט נאך א ריתחא דאורייתא מיט אים אז אויף רבי מאיר איז געזאגט געווארן ומתלמידי יותר מכולם[מקור פארלאנגט]. אויך איז ער געווען א נאנטער תלמיד פון רבי יחזקאל לעווינשטיין, משגיח אין דער פאנאוועזשער ישיבה, וואס ער פלעגט אים אסאך טרויען מיט זיינע פריוואטע זאכן. שפעטער איז ר' מאיר געווארן א שטיקל ראש ישיבה אין דער אמאליגער ישיבת סאכאטשוב אין ירושלים, זייענדיג דער משפיע רוחני דארט אין ישיבה, האבנ'דיג וואס צו משפיע זיין פון זיינע רבי'ס פאר זיינע תלמידים.

ווען ער האט געעפענט די היינטיגע ישיבה עמק התלמוד האט ער מיטנענומען מיט זיך א גרויסן חלק תלמידים וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אפטיילן פון אים.

רוב פון די בחורים אין דער ישיבה זענען אמעריקאנער בחורים. עס זענען אויך דא עטליכע ארץ־ישראלדיגע און אפאר פון קאנאדע און נאך.

Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!