אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עזריאל גליק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(הגהה, מכלוליזאציע, פארברייטערט)
צייכנס: רויע רעדאגירונג גרשיים שגויים
שורה 16: שורה 16:
==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדע לינקס==
* {{אייוועלט|22852|הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל משב"ק אדמור"י סאטמאר}}
* {{אייוועלט|22852|הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל משב"ק אדמור"י סאטמאר}}
* [https://www.koltorahonline.com/hespeidim-on-r-ezriel-glick.html הספדים על הרה''ח עזריאל גליק], אויף קול תורה
* [https://www.koltorahonline.com/hespeidim-on-r-ezriel-glick.html הספדים על הרה"ח עזריאל גליק], אויף קול תורה


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 09:01, 22 יאנואר 2024

ר' עזריאל גליק איז געווען דער גבאי פון די סאטמארער רביס. ער איז געווען גבאי פונעם ערשטן סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים, דערנאך פון זיין פלומעניק רבי משה טייטלבוים, דער צווייטער סאטמארער רבי, און צום לעצט פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון וויליאמסבורג.

ער איז נפטר געווארן אור ליום י"ט אייר (ל"ד בעומר) ה'תשע"ד, אין עלטער פון 88 יאר[1]. זיין לויה איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט און דאן פארנט פון זיין הויז אין קרית יואל. ער איז באערדיגט געווארן אינעם נייעם שטח פון בית החיים דקרית יואל.

ביאגראפיע

ר' עזריאל איז געווען דער גבאי אין סאטמאר במשך פון איבער פופציג יאר, אנגעהויבן ביי רבי יואל'יש אין די תש"י יארן[1]. די לעצטע צוועלף יאר פון ווען רבי יואל'יש האט באקומען דעם סטראק איז ר' עזריאל נישט אהיים געגאנגען שלאפן ביי זיך אינדערהיים, נאר איז געווען 24 שעה א טאג ארום דעם צדיק[מקור פארלאנגט].

ר' עזריאל האט געהאט זייער א גוטע שפראך צום סאטמארער רבין, און ער האט געקענט ארויסבאקומען ישועות פאר אידן דורך זיין אייגענארטיגער שפראך.

משפחה

זיין איידעם איז ר' נפתלי בלומענפעלד, מנהל אין דער סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס, ניו יארק.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!