אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נדב בן ירבעם"
(לאחר ההסכמה) צייכן: מאנועל צוריקשטעל |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 26: | שורה 26: | ||
אין די צווייטע יאר פון זיין קעניגרייך איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך זיין הויפט גענעראל [[בעשא]], אין די צייט וואס זיי האבן באלאגערט די [[פלשתים]] אין [[גבתון]]. בעשא האט דערנאך אויסגע'הרג'עט גאנץ בית ירבעם און פארכאפט דעם טראן. מיט דעם איז ערפילט געווארן די נבואה פון [[אחיה השילוני]], וואס האט פאראויס געזאגט אז בית ירבעם וועט פארטיליגט ווערן צוליב זייערע זינד. | אין די צווייטע יאר פון זיין קעניגרייך איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך זיין הויפט גענעראל [[בעשא]], אין די צייט וואס זיי האבן באלאגערט די [[פלשתים]] אין [[גבתון]]. בעשא האט דערנאך אויסגע'הרג'עט גאנץ בית ירבעם און פארכאפט דעם טראן. מיט דעם איז ערפילט געווארן די נבואה פון [[אחיה השילוני]], וואס האט פאראויס געזאגט אז בית ירבעם וועט פארטיליגט ווערן צוליב זייערע זינד. | ||
אין זיין צייט איז אין [[מלכות יהודה]] געווען דער קעניג [[אסא]] בן [[ | אין זיין צייט איז אין [[מלכות יהודה]] געווען דער קעניג [[אסא]] בן [[אביה (מלך יהודה)|אביה]]. | ||
==נאטיצן== | ==נאטיצן== |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:09, 19 יאנואר 2024
מדינה | מלכות ישראל | ||||
---|---|---|---|---|---|
נהרג |
ב'תתקפ"ו גבתון | ||||
בית ירבעם דינאסטיע | |||||
| |||||
|
נָדָב איז געווען דער צווייטער קעניג פון מלכות ישראל, דער זון פון ירבעם בן נבט פון שבט אפרים, און דער לעצטער קעניג פון בית ירבעם. ירבעם האט געהאט נאך א זון, אביה, וועלכער איז געשטארבן יונגערהייט ביים לעבן פון ירבעם[2]. עס איז מעגליך אז ירבעם האט גערופן זיינע קינדער מיט די נעמען נאך נדב און אביהו די קינדער פון אהרן הכהן, ארויסצוברענגען אז לויט זיין מיינונג האבן זיי נישט געזינדיגט מיט די "אש זרה" וואס זיי האבן געברענגט[3].
נדב האט געקעניגט בלויז צוויי יאר[4], ב'תתקפ"ה און ב'תתקפ"ו[א]. ער איז אנגעגאנגען מיט די שלעכטע מעשים פון זיין פאטער ירבעם, סיי מיט די עגלים וואס ירבעם האט אויפגעשטעלט און סיי מיט אנדערע שלעכטס[6]: ”וַיַּעַשׂ הָרַע בְּעֵינֵי ה' וַיֵּלֶךְ בְּדֶרֶךְ אָבִיו וּבְחַטָּאתוֹ אֲשֶׁר הֶחֱטִיא אֶת-יִשְׂרָאֵל”[7].
אין די צווייטע יאר פון זיין קעניגרייך איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך זיין הויפט גענעראל בעשא, אין די צייט וואס זיי האבן באלאגערט די פלשתים אין גבתון. בעשא האט דערנאך אויסגע'הרג'עט גאנץ בית ירבעם און פארכאפט דעם טראן. מיט דעם איז ערפילט געווארן די נבואה פון אחיה השילוני, וואס האט פאראויס געזאגט אז בית ירבעם וועט פארטיליגט ווערן צוליב זייערע זינד.
אין זיין צייט איז אין מלכות יהודה געווען דער קעניג אסא בן אביה.
נאטיצן
רעפערענצן
מלכי יהודה וישראל | |||||
---|---|---|---|---|---|
פאראייניגטע מלכות ישראל | שאול המלך • דוד המלך • שלמה המלך | ||||
מלכי יהודה | רחבעם • אביה • אסא • יהושפט • יהורם • אחזיהו • עתליה • יהואש • אמציה • עוזיהו • יותם • אחז • חזקיהו • מנשה • אמון • יאשיהו • יהואחז • יהויקים • יהויכין • צדקיהו | ||||
מלכי ישראל | איש בושת • ירבעם בן נבט • נדב • בעשא • אלה • זמרי • תבני • עמרי • אחאב • אחזיהו • יורם • יהוא • יואחז • יואש • ירבעם בן יואש • זכריהו • שלום • מנחם • פקחיה • פקח • הושע | ||||
בית חשמונאי |
| ||||
מלכי בית הורדוס | הורדוס • ארכעלאאס • הורדוס אנטיפס • פיליפוס • אגריפס דער ערשטער • אגריפס דער צווייטער |