אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חזקיה די סילווא"
(פון מים חיים) צייכן: רויע רעדאגירונג |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים; צוגעלייגט קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר הזיתים דורך HotCat) |
||
שורה 21: | שורה 21: | ||
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ירושלים]] | [[קאַטעגאָריע:רבנים אין ירושלים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] | [[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין הר הזיתים]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[HE:רבי חזקיה די סילוה]] | [[HE:רבי חזקיה די סילוה]] |
רעוויזיע פון 06:59, 17 יאנואר 2024
רבי חזקיה די סילווא (1659 אין ליווארנא – 1698 אין ירושלים), רב און פּוסק, מחבר פון "פּרי חדש" אויף שלחן ערוך יורה דעה.
דער גאון איז געבוירן אין ליווארנע, איטאליע. ווען ער איז געווען צוואנציג יאר אלט האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין ירושלים. וואו ער איז געזעסן און געלערנט מיט גרויס התמדה, ביי עטליכע גדולי תורה.
נאך זיין חתונה האט ער געדינט אויף עטליכע תורה'דיגע פאזיציעס ארום דער וועלט. צווישן זיי האט ער געדינט אלס מרביץ תורה אין ירושלים, מצרים און אמסטערדאם.
דער גאון האט ארויסגעגעבן א פאפולערער הלכה ספר, פרי חדש, אויף די חלקים אורח חיים און יורה דעה פון שולחן ערוך.
אן אנדער ספר פון אים איז מים חיים. דער ספר איז א פירוש אויף תלמוד בבלי און זיינע מפרשים ווי, רש"י, תוספות, רא"ש, רי"ף, תוספות יום טוב, די הלכות פונעם רמב"ם א.א.וו. עס איז געדרוקט געווארן דורך זיין זון דוד אין אמסטערדאם אין יאהר ה'ת"צ. טייל פון די חידושים זענען אריינגעדרוקט געווארן אין די ווילנעער ש"ס'ן. ער האט אויך בייגעלייגט עטליכע שאלות און תשובות אין אלע מקצועות אין הלכה.
דער גאון איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון 39 יאר אלט. ער איז באערדיגט געווארן אויפ'ן הר הזיתים אין ירושלים.
אין דעם זכרון משה געגנט אין ירושלים איז פארהאן א גאס, נאך זיין ספר "פרי חדש".
דרויסנדע לינקס
קוואלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „סילוא, חזקיה” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!