אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שובבי"ם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏דרויסנדע לינקס: קומט נישט דא (שוין געברענגט אין הערה))
(אויסשטעל, בילד, עטוואס פארברייטערט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 2: שורה 2:
| געענדיגט = יא
| געענדיגט = יא
}}{{דעסקריפציע|וואכן אנגעהויבן פון שמות, געאייגנט פאר תשובה}}
}}{{דעסקריפציע|וואכן אנגעהויבן פון שמות, געאייגנט פאר תשובה}}
'''שובבי"ם''' (אין אן [[עיבור יאר]]: '''שובבי"ם ת"ת''') איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע [[פרשת השבוע|פרשיות]] פון [[שמות|ספר שמות]]: [[פרשת שמות|'''ש'''מות]], [[פרשת וארא|'''ו'''ארא]], [[פרשת בא|'''ב'''א]], [[פרשת בשלח|'''ב'''שלח]], [[פרשת יתרו|'''י'''תרו]], [[פרשת משפטים|'''מ'''שפטים]]. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך [[חנוכה]] און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש [[אדר]]. אין אן עיבור יאר פארלענגערט זיך די תקופה אריין אין חודש [[אדר א']], און עס ווערט אנגערופן '''שובבי"ם ת"ת''' נאך די צוויי קומענדיגע פרשיות: [[פרשת תרומה|'''ת'''רומה]], [[פרשת תצוה|'''ת'''צוה]]. די טעג זענען געאייגנט צו מתקן זיין דעם [[פגם הברית]].
'''שובבי"ם''' (אין אן [[עיבור יאר]]: '''שובבי"ם ת"ת''') איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע [[פרשת השבוע|פרשיות]] פון [[שמות|ספר שמות]]: [[פרשת שמות|'''ש'''מות]], [[פרשת וארא|'''ו'''ארא]], [[פרשת בא|'''ב'''א]], [[פרשת בשלח|'''ב'''שלח]], [[פרשת יתרו|'''י'''תרו]], [[פרשת משפטים|'''מ'''שפטים]]. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך [[חנוכה]] און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש [[אדר]].


אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט דער מנהג צו [[תענית|פאסטן]] אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו האלטן אין די טעג א [[תענית דיבור]]{{הערה|{{דבר||צום שובבים ותענית דיבור|1961/02/17|00317}}}}.
אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט דער מנהג צו [[תענית|פאסטן]] אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי, און לויט די [[קבלה|מקובלים]] זענען די טעג געאייגנט צו מתקן זיין דעם [[פגם הברית]]. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו האלטן אין די טעג א [[תענית דיבור]]{{הערה|{{דבר||צום שובבים ותענית דיבור|1961/02/17|00317}}}}.
 
אין אן עיבור יאר פארלענגערט זיך די תקופה אריין אין חודש [[אדר א']], און עס ווערט אנגערופן '''שובבי"ם ת"ת''' נאך די צוויי קומענדיגע פרשיות: [[פרשת תרומה|'''ת'''רומה]], [[פרשת תצוה|'''ת'''צוה]]. טייל האלטן בלויז די שובבי"ם ת"ת טעג, אין אן עיבור יאר, און נישט די שובבי"ם טעג פון א געווענליך יאר.


==מקור==
==מקור==
דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון [[לקט יושר]], וואו עס שטייט אז דער מנהג אין [[עסטרייך]] איז צו פאסטן אין אן [[עיבור יאר]] אכט תעניות יעדן [[דאנערשטאג]], אין די פרשיות פון שובבי"ם ת"ת, און אז אויך זיין רבי, [[רבי ישראל איסרלין|דער תרומת הדשן]], האט געפאסט אין די טעג{{הערה|[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=8859&st=&pgnum=116 לקט יושר עמוד 116]}}. אויך אין די הגהות אויף ספר המנהגים פון [[רבי יצחק אייזיק פון טירנא]] שטייט אז אין די עיבור יארן פירט מען זיך צו פאסטן דאנערשטאג אין יעדע וואך פון שובבי"ם, און טייל לייגן צו אויך ת"ת{{הערה|הגהות מנהגים, פורים אות י'}}. דער מנהג ווערט געברענגט אין [[מגן אברהם]] אויפן שולחן ערוך{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרפה|מפרש=מגן אברהם|סק=א}}}}.
דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון [[לקט יושר]], וואו עס שטייט אז דער מנהג אין [[עסטרייך]] איז צו פאסטן אין אן [[עיבור יאר]] אכט תעניות יעדן [[דאנערשטאג]], אין די פרשיות פון שובבי"ם ת"ת, און אז אויך זיין רבי, [[רבי ישראל איסרלין|דער תרומת הדשן]], האט געפאסט אין די טעג{{הערה|[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=8859&st=&pgnum=116 לקט יושר עמוד 116]}}. אויך אין די הגהות אויף ספר המנהגים פון [[רבי יצחק אייזיק פון טירנא]] שטייט אז אין די עיבור יארן פירט מען זיך צו פאסטן דאנערשטאג אין יעדע וואך פון שובבי"ם, און טייל לייגן צו אויך ת"ת{{הערה|הגהות מנהגים, פורים אות י'}}. דער מנהג ווערט געברענגט אין [[מגן אברהם]] אויפן שולחן ערוך{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרפה|מפרש=מגן אברהם|סק=א}}}}.


אין די פריערדיגע מקורות ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן. (אויך לויט די מקובלים איז דער עיקר תיקון אין אן עיבור יאר{{הערה|{{צ-ספר|מחבר=הרב בן ציון מוצפי|שם=יסוד ציון|עמ=כא}}}}). ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן [[סליחות]] ביי שחרית פון די תענית טעג{{הערה|מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20298&st=&pgnum=323 עמ' 324] און ווייטער.}}.
ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן [[סליחות]] ביי שחרית פון די תענית טעג{{הערה|מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, [http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=20298&st=&pgnum=323 עמ' 324] און ווייטער.}}.
 
אין די פריערדיגע מקורות ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן. אזוי ווערט עס אויך דערמאנט אין טייל שפעטערע פוסקים{{הערה|ווי {{שלחן ערוך|אורח חיים|תרפה|מפרש=לבוש|סק=א}}}}, און אזוי פירן זיך טייל קהילות ביז היינט{{הערה|ווי אין [[גאלדערס גרין בית המדרש]].}}.


==אין קבלה==
==אין קבלה==
לויט די [[קבלה]] זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם [[מידת היסוד]], וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן [[גלות מצרים]] וואס לויט קבלה איז עס געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה{{הערה|[[אר"י הקדוש]], שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א; [[רמ"ע מפאנו]], מאמר תיקוני התשובה פרק ד און פרק טז; [[חיד"א]], אין ספר חדרי בטן (ויחי ראשון) און אין ספר פני דוד (פרשת שמות, יב). זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון, עמוד ג-ה.}}.
[[File:Shovevim Zichron Moshe.jpg|thumb|א מודעה איבער באזונדערע תפילות פאר שובבי"ם ת"ת אין [[זכרון משה]], טבת תשפ"ב]]
לויט די [[קבלה]] זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם [[מידת היסוד]], וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן [[גלות מצרים]] וואס לויט קבלה איז עס געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה{{הערה|[[אר"י הקדוש]], שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א; [[רמ"ע מפאנו]], מאמר תיקוני התשובה פרק ד און פרק טז; [[חיד"א]], אין ספר חדרי בטן (ויחי ראשון) און אין ספר פני דוד (פרשת שמות, יב). זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון, עמוד ג-ה.}}. לויט די מקובלים גייט עס אן אין יעדע יאר, אבער אויך לויט זיי איז דער עיקר תיקון אין אן עיבור יאר{{הערה|{{צ-ספר|מחבר=הרב בן ציון מוצפי|שם=יסוד ציון|עמ=כא}}}}.


כדי צו מתקן זיין דעם חטא, פאדערט זיך על פי סוד צו פאסטן א געוויסן צאל פון תעניתים. (צום ביישפיל: אויף [[פגם הברית]] דארף מען פאסטן פ"ד תעניות, אויף [[רציחה]] דארף מען פאסטן תתש"י תעניות). כדי צו ערפילן די פ"ד תעניות איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צוויי מאל דורכאויס די שובבי"ם טעג א צוויי-טאגיגער תענית אויפאמאל (אזא דאפלטער תענית ווערט גערעכנט ווי זיבן און צוואנציג באזונדערע תעניות), פאר א סך הכל פון פ"ד תעניות: 54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים, און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג (אראפרעכענענדיג די שבתים, [[א' שבט|ראש חודש]] און [[חמשה עשר בשבט]]){{הערה|צפורן שמיר, [http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_34732_20.pdf סימן ו', אות צו-ז].}}. אין פארשידענע ישיבות המקובלים און שוהלן אין ירושלים פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער [[רבי שלום שרעבי|רש״ש]] צוויי מאל א וואך, [[מאנטאג]] און דאנערשטאג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי [[ישיבת המקובלים שער השמים]], אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א [[תענית דיבור]], ווי דער [[גר"א]] האט איינגעפירט.
כדי צו מתקן זיין דעם חטא, פאדערט זיך על פי סוד צו פאסטן א געוויסן צאל פון תעניתים. (צום ביישפיל: אויף [[פגם הברית]] דארף מען פאסטן פ"ד תעניות, אויף [[רציחה]] דארף מען פאסטן תתש"י תעניות). כדי צו ערפילן די פ"ד תעניות איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צוויי מאל דורכאויס די שובבי"ם טעג א צוויי-טאגיגער תענית אויפאמאל (אזא דאפלטער תענית ווערט גערעכנט ווי זיבן און צוואנציג באזונדערע תעניות), פאר א סך הכל פון פ"ד תעניות: 54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים, און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג (אראפרעכענענדיג די שבתים, [[א' שבט|ראש חודש]] און [[חמשה עשר בשבט]]){{הערה|צפורן שמיר, [http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_34732_20.pdf סימן ו', אות צו-ז].}}. אין פארשידענע ישיבות המקובלים און שוהלן אין ירושלים פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער [[רבי שלום שרעבי|רש״ש]] צוויי מאל א וואך, [[מאנטאג]] און דאנערשטאג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי [[ישיבת המקובלים שער השמים]], אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א [[תענית דיבור]], ווי דער [[גר"א]] האט איינגעפירט.

רעוויזיע פון 17:03, 4 יאנואר 2024

שובבי"ם (אין אן עיבור יאר: שובבי"ם ת"ת) איז א נאמען פאר די זעקס וואכן אין וועלכע מען ליינט די ערשטע פרשיות פון ספר שמות: שמות, וארא, בא, בשלח, יתרו, משפטים. די תקופה פאנגט זיך אן ארום צוויי וואכן נאך חנוכה און ענדיגט זיך נאנט צו ראש חודש אדר.

אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט דער מנהג צו פאסטן אין די שובבי"ם טעג אדער אין א טייל פון זיי, און לויט די מקובלים זענען די טעג געאייגנט צו מתקן זיין דעם פגם הברית. אזוי אויך איז פארהאן א מנהג צו האלטן אין די טעג א תענית דיבור[1].

אין אן עיבור יאר פארלענגערט זיך די תקופה אריין אין חודש אדר א', און עס ווערט אנגערופן שובבי"ם ת"ת נאך די צוויי קומענדיגע פרשיות: תרומה, תצוה. טייל האלטן בלויז די שובבי"ם ת"ת טעג, אין אן עיבור יאר, און נישט די שובבי"ם טעג פון א געווענליך יאר.

מקור

דער ערשטער מקור צו א תענית אין די שובבי"ם טעג איז פון לקט יושר, וואו עס שטייט אז דער מנהג אין עסטרייך איז צו פאסטן אין אן עיבור יאר אכט תעניות יעדן דאנערשטאג, אין די פרשיות פון שובבי"ם ת"ת, און אז אויך זיין רבי, דער תרומת הדשן, האט געפאסט אין די טעג[2]. אויך אין די הגהות אויף ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק פון טירנא שטייט אז אין די עיבור יארן פירט מען זיך צו פאסטן דאנערשטאג אין יעדע וואך פון שובבי"ם, און טייל לייגן צו אויך ת"ת[3]. דער מנהג ווערט געברענגט אין מגן אברהם אויפן שולחן ערוך[4].

ווי אין יעדן תענית ציבור, האט מען זיך אויך געפירט צו זאגן סליחות ביי שחרית פון די תענית טעג[5].

אין די פריערדיגע מקורות ערשיינט דער מנהג נאר ביי עיבור יארן. אזוי ווערט עס אויך דערמאנט אין טייל שפעטערע פוסקים[6], און אזוי פירן זיך טייל קהילות ביז היינט[7].

אין קבלה

א מודעה איבער באזונדערע תפילות פאר שובבי"ם ת"ת אין זכרון משה, טבת תשפ"ב

לויט די קבלה זענען די שובבי"ם טעג מסוגל אויף כפרת עוונות און איבערהויפט א תיקון אויף פגם מידת היסוד, וויבאלד אין די פרשיות ליינט מען וועגן גלות מצרים וואס לויט קבלה איז עס געווען כדי צו ארויסנעמען די ניצוצי הקדושה[8]. לויט די מקובלים גייט עס אן אין יעדע יאר, אבער אויך לויט זיי איז דער עיקר תיקון אין אן עיבור יאר[9].

כדי צו מתקן זיין דעם חטא, פאדערט זיך על פי סוד צו פאסטן א געוויסן צאל פון תעניתים. (צום ביישפיל: אויף פגם הברית דארף מען פאסטן פ"ד תעניות, אויף רציחה דארף מען פאסטן תתש"י תעניות). כדי צו ערפילן די פ"ד תעניות איז איינגעפירט צו פאסטן יעדן וואכנטאג, און צוויי מאל דורכאויס די שובבי"ם טעג א צוויי-טאגיגער תענית אויפאמאל (אזא דאפלטער תענית ווערט גערעכנט ווי זיבן און צוואנציג באזונדערע תעניות), פאר א סך הכל פון פ"ד תעניות: 54 פון די צוויי דאפלטע תעניתים, און נאך 30 טעג פון אלע וואכנטעג (אראפרעכענענדיג די שבתים, ראש חודש און חמשה עשר בשבט)[10]. אין פארשידענע ישיבות המקובלים און שוהלן אין ירושלים פירט מען זיך צו פאסטן און זאגן די תפילת ״תיקון השובבים״ לויט דער רש״ש צוויי מאל א וואך, מאנטאג און דאנערשטאג. איינציגע זענען די וואס פאסטן יעדן טאג, צווישן זיי די חכמי ישיבת המקובלים שער השמים, אבער א מערהייט פאסטן נאר מאנטאג און דאנערשטאג אדער נאר א תענית דיבור, ווי דער גר"א האט איינגעפירט.

פדיון התעניות

עס איז אויך אנגענומען צו אויסצולייזן די תעניות פון די שובבי"ם טעג מיט געלט (לויט דער פרייז פון עסן פאר יעדן תענית), וואס ווערט געגעבן פאר צדקה. דער פדיון ווערט אפגעראכטן ביי תפילת מנחה, און מען לייגט צו די תפילה פון עננו פון דער רש"ש. די תפילה איז פול מיט קבל'ישע יסודות, וואס מיט זיי בעט דער מענטש ריינצואוואשן זיין זעל פון אלע זינד. ביים דאווענען און פאסטן פירט מען זיך צו אנטון זעק און לייגן אש אויפן קאפ, בלאזן שופר, לערנען תורה און זיך מתוודה זיין אויף די זינד.

עס זענען געווען פוסקים און מקובלים וואס האבן געקריגט אויפן באגריף פון אויסלייזן די תעניות, אבער דער בן איש חי האט מיישב געווען דעם מנהג. טייל היינטיגע מקובלים שרייבן אז בשעת הדחק קען מען אזוי טון, אבער בתנאי אז מען זאל פאסטן איין אדער צוויי גאנצע טעג, מען זאל תשובה טון, און עוסק זיין בתורה[11].  

אין חסידות

ביי חסידים לייגט מען נישט אזוי שטארק דעם געוויכט אויף דער ענין פון פאסטן, וויבאלד פאסטן ברענגט צו א שוואכקייט וואס קען שטערן צו עבודת ה'. אין א מערהייט חסידות'ער איז איינגעפירט צו פארמערן מיט די שעות פון לערנען און דאווענען אן אויסרעדן. דאס גייט פון לערנען פינף שעות רצופות נאר דאנערשטאג (ווי אין ערלוי) ביז זיך מקבל תענית זיין יעדן טאג און פארשטערקערן דאס לערנען. צווישן די חסידות'ער וואו די מנהגים פון די טעג זענען פראמינענט (ביז צו אן ענליכקייט צו די טעג פון חודש אלול) איז סלאנים, וואס צו איר ערשטער רבי, רבי אברהם וויינבערג בעל "יסוד העבודה", ווערט צוגעשריבן די החלטה צו אויפטוישן די תעניתים מיט לערנען תורה פינף שעות רצופות, אן מפסיק זיין מיט עסן, טרינקען אדער רעדן. אין די סלאנימער ישיבות איז איינגעפירט צו לערנען יעדן טאג צוויי מאל פינף שעות רצופות און נאך איינמאל דריי שעות ברציפות. נאך חסידות'ער האבן אנגענומען דעם מנהג נאך סלאנים.

די תעניתים זענען נאך יא טיילווייז איינגעפירט ביי געוויסע חסידות'ער. אין טשערנאביל פירט מען זיך אין די טעג צו לערנען ליל שישי א גאנצע נאכט, און צו פאסטן פרייטאג ביז נאך חצות, און געבן צדקה פאר א עני הגון פרייטאג. אין די הויפן פון נאדווארנא און קרעטשניף פירט מען זיך צו פאסטן יעדן פרייטאג פון די שובבי"ם טעג. אין דושינסקיא זאגט מען באזונדערע סליחות אין די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם, און די רבי'ס פלעגן אויך פאסטן אין די טעג. אין שומרי אמונים, תולדות אהרן, און תולדות אברהם יצחק, פירט מען זיך ווי עס האט אוועקגעשטעלט רבי אהרן ראטה, דער ראש השושלת, צו פאסטן איינע פון די דאנערשטאג טעג פון שובבי"ם (געווענליך אין פרשת בשלח אדער משפטים), און מען ענדיגט דעמאלט גאנץ תהלים, מען ליינט 'ויחל' און מען זאגט עננו ביי מנחה, ווען פאר מנחה געבט מען צדקה אין א באשטימטן סכום, און דער טאג ווערט אנגערופן 'תענית פדיון נפש'.

לערנען הלכות טהרה

אין די לעצטערע יארן איז געווארן איינגעפירט צו באשטימען אין די שובבי"ם טעג שיעורים איבער די הלכות פון טהרת המשפחה וואס אין יורה דעה, ווען פילע שיעורים דערוועגן ווערן געמאלדן אין אסאך פלעצער איבער דער וועלט[12].

דער ערשטער מקור דערפון איז נישט קלאר[13], אבער עס איז באקאנט איבער גדולים וועלכע האבן עס איינגעפירט אין זייערע קהילות אדער געגנטער, ווי רבי ישראל משה דושינסקיא[14] און רבי מאיר בראנדסדארפער[15].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. צום שובבים ותענית דיבור, דבר, פעברואר 17, 1961
  2. לקט יושר עמוד 116
  3. הגהות מנהגים, פורים אות י'
  4. מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרפ"ה, סעיף קטן א'
  5. מחזור כל בו חלק ג, דפוס וילנא, עמ' 324 און ווייטער.
  6. ווי לבוש, אורח חיים, סימן תרפ"ה, סעיף קטן א'
  7. ווי אין גאלדערס גרין בית המדרש.
  8. אר"י הקדוש, שער רוח קודש שער ז תיקון כז דף כג ע"א; רמ"ע מפאנו, מאמר תיקוני התשובה פרק ד און פרק טז; חיד"א, אין ספר חדרי בטן (ויחי ראשון) און אין ספר פני דוד (פרשת שמות, יב). זייערע ווערטער ווערן געברענגט אין יסוד ציון, עמוד ג-ה.
  9. הרב בן ציון מוצפי, יסוד ציון, עמ' כא
  10. צפורן שמיר, סימן ו', אות צו-ז.
  11. רבי בן-ציון מוצאפי, יסוד ציון פ"א סעי' יא, עמ' מח.
  12. צום ביישפיל: שיעורים אין ארץ ישראל (תשפ"ב); שיעורים אין חוץ לארץ (תשע"ה).
  13. רבי יצחק רצאבי, "מאמר שובו בנים שובבים", דברי חפץ יא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  14. התאחדות תלמידי בית יוסף צבי, ספר היובל, ירושלים, תשס"ד
  15. דברי זכרון והספד, אשכבתיה דרבי מאיר (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.