אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[נחמן מברסלב" ב־"[[רבי נחמן מברסלב")
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
 
שורה 33: שורה 33:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:40, 20 דעצעמבער 2023

רבי יקותיאל לאנדא איז געווען דער טירהאוויצער מגיד, ער איז געווען א תלמיד פון דעם גרויסן מגיד דער מגיד פון מעזריטש ר' דוב בער ממעזריטש, און א נאנטער חבר פון ר' נחום טשערנאבילער. אבער אייגענטלעך איז ער נאך געווען ביים בעל שם טוב.

ווען ר' שניאור זלמן מליאדי דער בעל התניא האט געדרוקט זיין סידור דער סידור הרב האט ער גענומען א הסכמה פון אים און פון רבי זושא פון האניפאלי, אין די לעצטע דרוקן פונעם סידור איז דער הסכמה נישט געדרוקט אבער אינעם ערשטן דרוק איז עס דא.

דער טירהאוויצער מגיד איז געווען א מגיד אויף פינעף און אכציג שטעט און שטעטליך, וואס אלע חסידים פון די שטעטליך האבן געהערט פון איהם מוסר רייד. ער פלעגט ארום פאהרן אין די אלע שטעט, ווען ער איז געקועמן אהין האבן אלע אידן זיך אנגעטועהן שבת'דיגע בגדים און צוגעמאכט די געשפעטן און געגאנן הערן זיינע מוסר רייד, די שוחטים האבן איהם געוויזן די מעסער, די רבנים האבן פארגעלייגט זייערע שאלות, און פשוטע אידן זענען זיך געקומען דורך רעדן. איז איז געווען א ליבליכער מענטש יעדער האט איהם ליב געהאט.

די חסידים האבן אים גערופען דער סטאראז פון די גרעניץ, ווייל זיין שטאט טירהאוויץ איז ביים גרעניץ פון כערסאן (העב') און קיעוו.

דער טירהאוויצער מגיד האט געהאט א מנהג אז יעדעס יאהר אינעם יום טוב שבועות פלעגט ער זיך טרעפן מיט זיין נאנטער חבר ר' נחום מטשערנאביל, זיי פלעגן זיך טרעפן שבועות ביינאכט און מיט גרויס שמחה האבן זיי געטאנצען א גאנצע נאכט צוליב די שמחה אז השי"ת האט געגעבן אזא תורה פארן אידישען פאלק, איין יאהר איז ר' נחום געפארן צום מגיד און דער צווייטער יאהר איז דער מגיד געפארן צו ר' נחום, אויף די שפעטערע יאהרן האט שוין ר' נחום נישט געהאט קיין כח האט ער עס איבערגעגעבן פאר זיין זון רבי מאטעלע טשארנאבילער, אנשטאט ער זאל טאנצן האט זיין זון געטאנצען.

זיין געבונדנקייט צו רבי נחמן מברסלב

ווען דער טירהאוויצער מגיד איז אמאל געקומען צו פארן צו איינע פון זיינע שטעט הוסיאטין האט ער געהערט פון דעם יונגן מאן רבי נחמן מברסלב, ער האט אפגעמאכט ער וויל איהם גיין זען, ער איז געקומען צו איהם און איז זייער נתפעל געווארן, ביז ער האט אפגעמאכט ער איז ווערד צו זיין זיין רבי.

דער מגיד איז געווארן זיין פייערדיגער חסיד, דער טירהאוויצער מגיד איז געווען עלטער פון רבי נחמן מיט פערציג יאר, דאס הייסט ווען ער האט זיך באקענט מיט רבי נחמן איז ער אלט געווען זעכציג יאהר, און רבי נחמן איז געווען קוים צוואנציג יאר. און כאטש ער איז געווען אסאך עלטער פון איהם, און רבי נחמן איז געווען גאר א יונגערמאן, דאך האט ער זיך געבויגן פאר רבי נחמן, און איז געווארן נכנע פאר איהם אינגאנצען.

עס ווערט פארציילט אז איינמאהל איז דער מגיד געפארן מיט זיין חבר ר' נחום מטשערנאביל אויפן וועג זענען זיי דורך געפארן דעם שטאט מעדוועדיווקע האט איהם דער מגיד געזאגט קום אריין אין שטאט איך וועל דיר ווייזן מיין רבי, ווען ר' נחום האט געזעהן ר' רבי נחמן מברסלב איז ער שטארק נתפעל געווען און האט געזאגט ער האט א הייליגן חן אויף איהם גייט ארויף דער פסוק הנה הוא יפה עינים וטוב רואי (שמו"א טז), אויך איז ער נתפעל געווען פון זיין יראת שמים און געזאגט אויף רבי נחמן גייט דער פסוק בעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו דאס גייט ארויף אויף דעם יונגערמאן (שיחות הר"ן סי' קמ"ט).

דער מגיד איז אסאך מאל געפארן מקבל פנים זיין רבי נחמן.

אין יאר תק"ס איז ער געפארן קיין מעדוועדיווקע צו רבי נחמן, שבת ביים טיש האט רבי נחמן געזאגט תורה אויפן פסוק זה דור דורשיו (תהלים כד, ו) און האט זיך אנגערופן אז לויטן דור אזוי זענען די צדיקים וואס דרש'נען פאר זיי, דער דורש איז לויטן דור, למשל איהר - דער טירהאוויצער מגיד - איז דער דור, און איך - רבי נחמן - ביין אייער דורש.

אין די יארן תק"ס - תקס"ב ווען עס איז געווען גרויסע מחלוקת אויף רבי נחמן האט איינמאל דער מגיד געפרעגט זיין רבי רבי נחמן פארוואס האט אים מיך נישט געזאגט אז איר ווילט וואוינען אין זלאטיפאלי, דאן וואלט איך זיך געפארט פאר אייך, איך זאג איין מען וואלט אייך אויפגענומען מיט גרויסע כבוד אין דעם שטאט, האט איהם רבי נחמן געזאגט ווען איך וויל וואלט איך ווען אריין קיין זלאטיפאלי מיט א מכובד'יגע וואגן, מיט גרויס כבוד, אבער אין קען נישט ווארטן איך מוז דארטן זיין און ליידן.

אין יענע צייט אין יאהר תקס"ב פאר פורים זענען די וואס קרוגען אויף רבי נחמן געקומען צום מגיד און איהם געזאגט אז עס פאסט נישט ער זאל פאהרן צו אזא יונגערמאן, דער מגיד איז געווען א אלטער איד איבער אכציג יאהר, רבי נחמן איז דאן געווען א יונגערמאן פון דרייסיג יאהר, דער מגיד איז געגאנגען צו זיין איידעם ר' יצחק און איהם געפערגט האסט עפעס פון די תורות וואס רבי נחמן זאגט, האט ער איהם געוויזן די תורה פון ליקוטי מוהר"ן (ח"א סי' ב'), דער מגיד האט זיך פארטיפט דערין און געזגאגט מיט התפעלות, וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערע איידם, עס איז זוהר, עס איז תיקונים, עס איז העכער דערפון. און ער האט זיך זייער געבייזערט אויף די וואס קריגן אויף רבי נחמן.

זיין משפחה

וויבאלד ער איז געווארן א חסיד פון רבי נחמן מברסלב, האט ער אויך צוגעצויגן צו זיך אסאך פון זיינע קינדער און אייניקלעך זיי זאלן אויך ווערן ברסלעבער חסידים, ווי זיין איידעם יצחק דער איידעם פון טירהוויצער מגיד, אויך פון די פייערדיגע חסידים פון ר' רבי נחמן מברסלב, און זיין אייניקעל וואס איז געווען עלטער פון זיין איידעם ר' גרשון דאס אייניקעל פון טירהאוויצער מגיד.

תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!