אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טעטריס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:45, 22 נאוועמבער 2022

טעטריס (פון רוסיש: Тетрис) איז א ווידעא שפיל ערפינדעט אין 1985 דורך אלעקסיי פעזשיטנאוו אין מאסקווע, רוסלאנד. נאך בלויז א יאר צייט האט די שפיל געשלאגן ווארצלען אלוועלטלעך.

די שפיל

דער שפילער דארף צילעווען די שטיקלעך וועלכע פאלן אראפ פון דעם אויבערשטן חלק פון דעם עקראן, מיטן מאטיוו דאס צו סארטירן אונטן ווי א פאזל, אן קיין איבריגע פלאץ צווישן די שטיקלעך. ווען עס ווערט געשאפן א גאנצע ליניע אן קיין איבריגע פלאץ, ווערט יענע ליניע פארשוואונדן, און די שורה העכער דעם פאלט אראפ איין "שטאק". ווען די אלע אומפארענדיגטע ליניעס גרייכן ביזן מאקסימום הייך פונעם עקראן, האט דער שפילער פארלוירן דעם שפיל.

עס איז במשך די צייט ערפינדן געווארן פארשידענע ווערסיעס פונעם שפיל, פאר טעלעוויזיעס, סעליולער טעלעפאנען, דיגיטאלע זייגערס, קאמפיוטערס, און נאך.

די הויפט מעגליכקייטן וועלכע ווערן געשעצט דורך קונדן איז צו קענען זען א פאראויסדיגע אויסקוק פונעם שטיקל וואס פאלט אראפ אונטן פונעם עקראן, אז מען זאל וויסן פון פאראויס וואו דאס צו צילעווען. און אויך צו קענען טוישן א שטיקל אינמיטן פאלן אויב מען זעט אז עס פאסט זיך נישט אריין אונטן.

היסטאריע

דער נאמען טעטריס שטאמט ארגינעל פונעם גריכישן ווארט "טעטרא" וואס עס מיינט דעם נומער 4, צוליב די שטיקלעך אינעם שפיל וועלכע זענען צוזאמענגשטעלט פון פיר קעסטעלעך.

אלעקסיי פעזשיטנאוו

דאס פארשפרייטן די שפיל איז נישט פאראיבער אזוי גלאטיג, און פילע פירמעס האבן גענומען פאר זיך די עקסלוסיווע רעכטן אויף דער שפיל. וויבעלד פעזשיטנאוו האט בעת'ן ערפינדן די שפיל געארבעט פארן סאוויעטער רעגירונג, האט ער קיינמאל נישט זוכה געווען צו די מיליאנען וואס די שפיל האט מרוויח געווען אין לויף פון די יארן. אין 1991 איז פעזשיטנאוו אריבער קיין אמעריקא און אויפגעשטעלט א פירמע מיטן נאמען פון דער שפיל. פון 1996 ביז 2005 האט ער געארבעט אין מייקראסאפט.

לינקס

  • באשרייבונג אין Ynet וועגן די הצלחה פונעם שפיל: [1] (העברעאיש)