אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב הורוויץ"
ק (החלפת טקסט – "[[מנחם מענדל הורוויץ (לינסק) (א)" ב־"[[רבי מנחם מענדל הורוויץ (לינסק) (א)") |
ק (החלפת טקסט – "[[אלימלך רובין" ב־"[[רבי אלימלך רובין") |
||
שורה 18: | שורה 18: | ||
==פאמיליע== | ==פאמיליע== | ||
'''רבי יעקב''' האט געהייראט מרת '''אידל''' א טאכטער פון הרב '''[[אלימלך רובין (יאוואראוו)|אלימלך רובין]]''', באקאנט אלס רבי מיילך יאווארעווער. זייערע קינדער: | '''רבי יעקב''' האט געהייראט מרת '''אידל''' א טאכטער פון הרב '''[[רבי אלימלך רובין (יאוואראוו)|אלימלך רובין]]''', באקאנט אלס רבי מיילך יאווארעווער. זייערע קינדער: | ||
* הרב '''אלימלך הורוויץ''' ([[ל' אב|א' ר"ח אלול]] [[ה'תרע"א]] - [[י"א אב|י"א מנחם אב]] [[ה'תש"נ]]), יארטשאווער רבי אין אמעריקא. | * הרב '''אלימלך הורוויץ''' ([[ל' אב|א' ר"ח אלול]] [[ה'תרע"א]] - [[י"א אב|י"א מנחם אב]] [[ה'תש"נ]]), יארטשאווער רבי אין אמעריקא. |
רעוויזיע פון 10:52, 18 דעצעמבער 2023
רבי יעקב הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - מוצאי יום כפור ה'תש"ג), ראש בית דין אין לינסק.
אפשטאם
רבי יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ רב אין לינסק, א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער צווייטער), רב אין לינסק, א זון פון הרב מנחם מענדל הורוויץ, רב אין לינסק, א זון פון הרב אברהם חיים הורוויץ, רב אין לינסק, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת הינדא רחמה א טאכטער פון הרב נפתלי צבי פרנס, פון צאנז, אן אייניקל פון מגלה עמוקות.
רבנות
רבי יעקב האט נאך אריינגעכאפט צו קענען די צדיקים פון פריערדיגען דור, אויף די עלטער האט ער זיך בארימט "כ'האב נאך זוכה געווען צו זעהן דעם גארליצער רב זאגן לא-ל אשר שבת, און צוויי שנירליך טרערן האבן זיך גיגאסען פון די אויגן".
נאך זיין חתונה האט רבי יעקב געגעסן קעסט ביי זיין שוויגער (זיין שווער האט שוין נישט געלעבט) אין א יאוואראוו, פון דארט האט ער זיך אנגעהויבן צו דרייען ביים בעלזער רב רבי ישכר דוב רוקח.
הסתלקות
רבי יעקב איז דערשאסן געווארן אין זעסלאוו מוצאי יום כפור ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
רבי יעקב האט געהייראט מרת אידל א טאכטער פון הרב אלימלך רובין, באקאנט אלס רבי מיילך יאווארעווער. זייערע קינדער:
- הרב אלימלך הורוויץ (א' ר"ח אלול ה'תרע"א - י"א מנחם אב ה'תש"נ), יארטשאווער רבי אין אמעריקא.
- הבחור אברהם חיים הורוויץ הי"ד.
- מרת פעריל מלכה הי"ד, די ווייב פון הרב חנוך הענך דוב טויב.
- הבתולה מרים יוכבד הי"ד.
- הבתולה רבקה הי"ד.
- הבתולה פריידא הי"ד.
רעפערענצן
- זרעא קדישא
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!